ווען כ׳האָב דעם לעצטן פֿעברואַר פּלאַנירט צו פֿאָרן קיין פֿלאָרידע, אין מיטן פֿון אַ שלעכטן ווינטער דאָ אין שיקאַגע, האָב איך אַרויסגעקוקט, ווי אַלע וואָס וווינען אין די פֿרעסטיקע ווינטער־קלימאַטן, אויפֿן דערוואַרעמען זיך די ביינער אַ ביסל עטלעכע טעג בעת איך ליג אין אַ האַמאַק אונטער אַ פּאַלמענבוים, טרינק צו ביסלעך אײַזטיי און לייען אָדער דרעמל אײַן; דאָס הייסט, נישט אַרבעטן, נאָר זיך גוט אויסרוען. דאָס קלינגט ווי זייער אַ פֿײַנע וואַקאַציע, אַיאָ? ספּעציעל נאָך אַלע שרעקלעכע אַווענטורעס מײַנע. בין איך דאָך זיך אַליין דער ערגסטער שׂונא.
אפֿשר פֿינף מינוט בין איך אין מײַן פֿאַנטאַזיע געלעגן אונטערן פּאַלמענבוים, ביז ס’איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק, אַז איך ווער נישט ייִנגער און איך וויל חתונה האָבן. איז ווי קען איך זיך דערלויבן צו פּטרן די צײַט אין פֿלאָרידע, ליגנדיק אין אַ האַמאַק און טרינקען אײַזטיי ווען איך געפֿין זיך אין אַזאַ פֿרוכפּערדיק אָרט ווי באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע? כ׳דאַרף בעסער אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט עמעצן אין באָקאַ. ווען וועל איך דאָרט ווידער זײַן? אַלע ווייסן, אַז באָקאַ האָט אָן אַ שיעור אַלמנים און געגטע מענער וואָס זוכן מיט ליכט נײַע ווײַבער. מיט דער פֿרײַנדינע בײַ וועמען כ׳האָב געזאָלט אײַנשטיין קען איך רעדן טעלעפֿאָניש ווען איך וויל.
ס׳איז אַוודאי באַשערט, אַז איך זאָל פֿאָרן קיין פֿלאָרידע; אויב נישט וואָלט עס מיר נישט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאָרן אַהין. האָב איך באַלד אָנגעקלונגען אין דער פֿליליניע און געקויפֿט אַ בילעט קיין פֿאָרט־לאָדערדייל וואָס איז געווען אַזוי ביליג, כּמעט בחינם; נאָר הונדערט דאָלאַר הין און קריק. כ׳האָב זיך דערפֿרייט, ווײַל דער פּרײַז איז צו מיר געווען נאָך אַ באַווײַז, אַז דאָס איז דעם אייבערשטנס רצון. די מאַמע, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, פֿלעגט אַלע מאָל זאָגן אַז ווען עפּעס איז באַשערט גייט עס ווי געשמירט!
דערנאָכדעם האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ פֿרײַנד, באַקאַנטע און וועמען עס זאָל נישט זײַן צי זיי קענען אַ פּאַסיקן מאַן פֿאַר מיר אין באָקאַ. און דאָס איז מיר אויך נישקשה גרינג אָנגעקומען. אַז מע רעדט וועגן עפּעס, עס מאַכט נישט אויס וואָס, הייבט דער קאָפּ אָן צו אַרבעטן און רוזשנע געדאַנקען קומען אין זינען. איינער זאָגט קלאָץ, דער אַנדערער זאָגט בוידעם און פֿון דעם טראַכטן קומען אויפֿן זינען אין גאַנצן אַנדערע געדאַנקען.
סימע פֿון קליוולאַנד האָט מיר פּונקט אין דער צײַט אָנגעקלונגען וועגן אַ שידוך פֿאַר איר פּלימעניצע, אַ קליינטשיקע, נאָר 4 פֿוס 8 צאָל די הייך. האָב איך אָנגעהויבן צו טראַכטן פֿון קורצע מענער פֿאַר איר. איז מיר געקומען אין געדאַנק אַ קליין־געוויקסיקער מאַן אין מײַן עלטער אין באָקאַ. ער איז צו אַלט פֿאַר סימעס פּלימעניצע, אַבער אפֿשר וואָלט ער געטויגט פֿאַר מיר? דער אמת איז אַז מיר געפֿעלן הויכע מענער בעסער ווי קורצע, אָבער איז נישט כאַראַקטער בילכער ווי הייך? און איז נישט אַ גוט האַרץ וויכטיקער ווי דאָס געוווּקס פֿון אַ מענטשן? אַלע וואָלטן מסכּים געווען אַז יאָ. אַוודאי יאָ! פֿאַר סימעס פּלימעניצע האָב איך געפֿונען אַ קורצן יונגער־מאַן אין מילוואָקי, און האָב זיך געפּרוּווט דערמאָנען ווי דער מאַן אין באָקאַ הייסט און ווי איך קען זיך פֿאַרבינדן מיט אים.
בקיצור, איך האָב זיך דערמאָנט, אַז ער איז מיט צען יאָר צוריק געווען אויף איינעם פֿון מײַנע שבתּונים אין דעטרויט. מײַן מאַן, ע״ה, פֿלעגט זיך באַקלאָגן אַז איך וואַרף גאָרנישט אַרויס. כ׳וואָלט נישט געזאָגט אַז כ׳וואַרף טאַקע גאָרנישט אַרויס, אָבער דאָס מאָל איז עס געווען אַ מעלה: נאָכן דורכקוקן קויטיקע פּאַפּקעס בלויז איין שעה לאַנג האָב איך געפֿונען זײַן נאָמען, שלמה קאַץ, און זײַן טעלעפֿאָן אויף דער רשימה פֿון יענעם שבתּון פֿון מיט צען יאָר צוריק. אפֿשר האָט ער אין דער צווישנצײַט שוין חתונה געהאַט? אפֿשר וווינט ער מער נישט אין באָקאַ? אפֿשר האָט ער מער נישט דעם זעלביקן נומער? מע קען גאָרנישט וויסן אויב מע פּרוּווט נישט. וואָס האָב איך דען צו פֿאַרלירן? האָב איך אָנגעקלונגען דעם אַלטן נומער און אים טאַקע געטראָפֿן אין דער היים.
דער שמועס איז געווען אַ ביסל מאָדנע. כ׳האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי עמעצער וואָס וויל שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן שבתּונים, אויסצוגעפֿינען צי זיי זענען נוצלעך צו די וואָס זענען בײַגעווען אויפֿן שבתּון אין דעטרויט מיט צען יאָר צוריק.
”פֿון וואַנען האָט איר באַקומען דעם טעלעפֿאָן?“ האָט ער מיך געפֿרעגט. ”ס’איז צען יאָר שפּעטער, קלינגט מען מיר איצט אָן וועגן דעם שבתּון? איך האָב זיך באַקענט נאָר מיט איין פֿרוי וואָס איז מיר געפֿעלן, חנה־פֿײַגל, די אָנפֿירערקע פֿונעם שבתּון. אָבער אַזאַ מזל האָב איך. זי איז דאָרטן געווען מיט איר מאַן וואָס איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ שאָטן. כ׳וואָלט געוואָלט כאָטש כאַפּן אַ וואָרט אַליין מיט איר, האָב איך נישט געהאַט די געלעגנהייט. וואָלט איך אײַך געמוזט ענטפֿערן, אַז דער שבתּון האָט מיך אומגליקלעך געמאַכט.“
”וואָס רעדט איר? אומגליקלעך געמאַכט? ווי קען דאָס זײַן?“
”יאָ, יאָ. שרײַבט דאָס אין אײַער אַרטיקל. נאָך דעם סוף־וואָך האָב איך עטלעכע חדשים נאָר געטראַכט פֿון איר. אַלע האָבן באַמערקט, אַז איך האָב זיך געענדערט. איך האָב אַ ווײַנקראָם און כ׳האָב מער געטרונקען ווי כ׳האָב פֿאַרקויפֿט. ס׳איז אמת וואָס מע זאָגט, אַז איין האָר פֿון איר קאָפּ ציט מיך נאָך הײַנט שטאַרקער פֿון צען אָקסן.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.