„ווען לאַכט אַ ייִד“: אַ נײַע זאַמלונג ייִדישער הומאָר

When A Jew Laughs: A New Collection of Jewish Humor

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published March 16, 2017, issue of March 29, 2017.

ד״ר יוסף גורי האָט שוין אַרויסגעגעבן אַ צאָל זאַמלונגען ייִדישע שפּריכווערטער, קללות און אויסדרוקן וואָס האָבן דערמעגלעכט, אַז אַ ברייטערע לייענערשאַפֿט זאָל הנאה האָבן פֿון די אוצרות פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.

אין די פֿריִערדיקע זאַמלונגען קען מען אַוודאי געפֿינען אַ סך הומאָר, אָבער אַ באַנד פֿון בלויז וויצן האָט געפֿעלט. די איצטיקע זאַמלונג „ווען לאַכט אַ ייִד: ייִדישער הומאָר“ וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין 2016 פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט“ אין ירושלים, באַשטייט פֿון אַן ערך פֿיר הונדערט וויצן, הומאָריסטישע קללות און ווערטלעך.

אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק אויף ייִדיש קען מען געפֿינען קלאַסישע זאַמלונגען וויצן, דער עיקר, פֿון י. ח. ראַווניצקי און עמנואל אָלשוואַנגער. אָבער דאָ ווערן די חכמות צום ערשטן מאָל איבערגעזעצט אויף נאָך דרײַ שפּראַכן — ענגליש, רוסיש און עבֿרית; דאָס הייסט, אַז יעדער וויץ ווערט דערציילט אויף פֿיר לשונות.

דער מחבר האָט די וויצן אײַנגעטיילט אויף 51 קאַטעגאָריעס, און יעדע נעמט אַרײַן נישט מער ווי זעקס אָדער זיבן וויצן. די עכט ייִדישלעכע טעמעס ווי „אַפּיקורסים“ און „ייִדן און גוייִם“ זענען אַוודאי אַ ביסל גרעסער. אַ מעלה פֿון דער זאַמלונג איז איר אַרומנעמיקייט. מע קען לייענען וויצן וועגן חזנים, זקנים, אָרעמע־לײַט, נאַראָנים,, און אַפֿילו הומאָר געשאַפֿן געוואָרן אין די יאָרן פֿון חורבן, בתוכם מרדכי שטריגלערס אַ מאָנאָלאָג פֿון 1945.

מע האָט אין דעם באַנד אויך אַרײַנגענומען „אײַנגלייבעכצן, זאַבאַבאָנעס“, כאָטש דאָס פּאַסט זיך בכלל נישט אַרײַן, ווײַל קיין הומאָר וועט מען דאָרט נישט געפֿינען. די פֿאָלקס־גלייבענישן וואָלט מען געדאַרפֿט אַרויסגעבן אין אַ באַזונדער ווערק, און זיכער איז ד”ר גורי דער פּאַסיקער מענטש דאָס צו טאָן.

בײַם איבערלייענען די וויצן, טראַכט מען צו זיך — צי האָב איך נישט די חכמה שוין געהערט אויף אַן אַנדער שפּראַך, אָדער אַנדערש „געשלייערט“? וויצן, אַזוי ווי פֿאָלקסלידער און פֿאָלקס־מעשׂיות „וואַנדערן“ און זיי פּאַסן זיך צו צו יעדן פֿאָלק, אָדער גרופּע. מע דאַרף אַ מאָל פּשוט בײַטן די נעמען און דאָס דערציילן אויף ייִדיש און אויף אַ ייִדישלעכן אופֿן. למשל, אין דער קאַטעגאָריע „אַכסניות און רעסטאָראַנען“ געפֿינט זיך אַזאַ וויץ:

אַ יונגער־מאַן באַטראַכט דעם חשבון וואָס דער בעל־אַכסניא האָט אים דערלאַנגט. דרייט ער מיטן קאָפּ און מאַכט: „אָ, אַ טײַערער ביסן בײַ אײַך! איך מיין אָבער, אַז פֿאַר אײַערער אַ קאָלעגע וואָלט איר געמעגט רעכענען אַ ביסל ביליקער.“ „וואָס?“ רופֿט זיך אָן יענער — „איר זענט אויך אַ בעל־אַכסניא?” „ניין — ענטפֿערט דער יונגער־מאַן — איך בין אויך אַ רויבער.“