(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער חושן, איינער פֿון די בגדי־כּהונה, וואָס ווערט באַשריבן אין אונדזער פּרשה, איז אויך אַ גוטער בײַשפּיל פֿון דער פּאַראַדאָקסאַלער באַציִונג צווישן דער באַזונדערער ראָלע פֿונעם יחיד און דעם פֿאַראייניקונג־כּוח פֿון דער קהילה. די צוועלף פֿאַרשיידן־קאָליריקע אַדלשטיינער, מיט וועלכע דער חושן איז געווען באַצירט, סימבאָליזירט די ייִדישע שבֿטים. פֿונדעסטוועגן, האָט בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, געמעגט אַרײַנקומען אינעם הייליקן משכּן אין אַזאַ בגד, כּדי צו באַדינען מיט זײַן עבֿודה דאָס גאַנצע פֿאָלק.
אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט, בפֿרט צווישן די חרדים, איז פֿאַרשפּרייט אַ נעגאַטיווער קוק אויף דער אַרומיקער וועלט. כּלומרשט, טרעפֿן זיך אַלע „אַדלשטיינער‟ בלויז צווישן ייִדן. הרבֿ הענרי פּערייראַ־מענדעס, אַ בריטיש־געבוירענער ספֿרדישער רבֿ און אָריגינעלער דענקער, וועלכער האָט געדינט אין דער אַלטער ניו־יאָרקער שפּאַניש־פּאָרטוגאַלישער שיל „שארית־ישׂראל‟ אָנהייבנדיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט געדרשנט דווקא פֿאַרקערט. לויט אַן אַלטער ספֿרדישער מעשׂה, ווען אָדם און חוה האָבן געזינדיקט, האָט אַ מלאך צעבראָכן דעם טויער פֿונעם גן־עדן, געמאַכט פֿון פֿאַרשיידענע אַדלשטיינער, און צעשפּרייט די ברעקלעך אַרום דער וועלט, כּדי די פֿאַרזינדיקטע מענטשן זאָלן נישט קאָנען קומען צוריק. וווּ געפֿינען זיך די דאָזיקע ברעקלעך? דערקלערט מענדעס, אַז דאָס זײַנע די בעסטע אוצרות פֿונעם מענטשלעכן גײַסט, וואָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע רעליגיעס און בײַ פֿאַרשיידענע פֿעלקער.
פֿאַרוואָס זשע קאָנען נישט די מענטשן זאַמלען אַלע אַדלשנייער און שאַפֿן דעם גלאָבאַלן „חושן‟ — דעם טויער, וואָס פֿירט צוריק קיין גן־עדן? באַמערקט הרבֿ מענדעס, אַז יעדעס פֿאָלק און יעדע רעליגיעזע גרופּע גלייבן, אַז בלויז זייער ברעקל פֿונעם טויער איז דער וויכטיקסטער און דער טײַערסטער; בלויז איז זייער ברעקל שײַנט די אמתע געטלעכע ליכט, הגם במשך פֿון דער צײַט זענען די צעבראָכענע שטיינער פֿאַרשטויבט געוואָרן. ווען אַלע מענטשן וועלן אויסרייניקן זייערע גײַסטיקע אוצרות פֿונעם שמוץ און צונויפֿשטעלן זיי צוזאַמען, וועט קומען די גאולה און דער טויער צום גן־עדן וועט זיך ווידער עפֿענען.
די דאָזיקע חנעוודיקע מעשׂה איז, אין דער אמתן, אַ פּשוטע איבערדערציילונג פֿונעם באַקאַנטן קבלה־פּרינציפּ, לויט וועלכן אין דער גאַנצער וועלט זענען פֿאַרשפּרייט ניצוצות־הקדושה — געטלעכע פֿינקעלעך. דער פּראָמינענטער איטאַליענישער מקובל און פֿילאָסאָף הרבֿ אליהו בן־אמוגז, אויך אַ ספֿרדי פֿונעם מאַראָקאַנער אָפּשטאַם, האָט אַ סך געשריבן אויף דער דאָזיקער טעמע אויף אַ מער פֿילאָסאָפֿישן אופֿן.
די עבֿודה פֿון בירור־הניצוצות, דאָס זאַמלען די אוצרות פֿון רוחניות אַרום דער וועלט, איז נישט אַלעמאָל גרינג און טראָגט אין זיך אַ פּאָטענציאַלע סכּנה. ווען אַנשטאָט דעם פֿאָרזיכטיקן אַנאַליז פֿון פֿאַרשיידענע גײַסטיקע געדאַנקען הייבט מען אָן, נעבעך, זוכן רוחניות אין יעדן אינדישן אַשראַם אָדער אויסטערלישן קולט, הייסט עס גיכער „אַראָפּ פֿון וועג‟ און נישט בירור־ניצוצות. אין דער זעלבער צײַט, האָט דער ליובאַוויטשער רבי באַטאָנט, אַז די הײַנטיקע בעל־תּשובֿות, וואָס זענען אויסגעווען כּלעריי סעקטעס און אַשראַמען, זענען מיט זייער גײַסטיקער דערפֿאַרונג יאָ מסוגל אַרײַנצוברענגען פֿרישע כּוחות און געדאַנקען אין ייִדישקייט.
אַזוי צי אַזוי, ליגן אַרום אונדז אין שטויב די ברעקלעך פֿונעם „גלאָבאַלן חושן‟, וועלכע זענען מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די גאַנצע וועלט אין אַ גרויסן משכּן.
אַוודאי בלײַבט די דערמאָנטע מעשׂה אַקטועל, ווען עס גייט אַ רייד וועגן די אינערלעכע סיכסוכים צווישן ייִדישע קהילות. ס׳איז גרינג צו פֿאָלגן דעם פּרינציפּ פֿון „פּקודי‟ און זאָגן, אַז די מיסיע פֿון יעדן יחיד זאָל פֿאַררעכנט ווערן באַזונדערס. ס׳איז אויך גרינג צו שאַפֿן אַ קהילה, וווּ אַלע מיטגלידער דאַרפֿן — לכל־הפּחות, אין טעאָריע — פֿאָלגן די זעלביקע תּקנות. ס׳איז אָבער שווער אָנצוהאַלטן דעם איידעלן באַלאַנס און שאַפֿן אַ מוסטער פֿון „ויקהל־פּקודי‟, אַ הייליקע קאָמבינאַציע פֿונעם קאָלעקטיוון און אינדיווידועלן דרך.
די תּורה וואָרנט אונדז נישט צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער מלאכת־המשכּן שבת, ווײַל אין די אַנדערע טעג פֿון דער וואָך דאַרפֿן מיר דווקא טאָן אַלע מינים מלאָכות, כּדי צו געפֿינען און צונויפֿשטעלן אין איין גרויסער מאָזאַיִק, סוף־כּל־סוף, אַלע פֿאַרשיידנאַרטיקע „טײַערע שטיינער‟. אויב מיר וועלן קאָנען פֿאַרריכטן דעם צעבראָכענעם טויער פֿון גן־עדן אי צווישן פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות, אי אינעם גלאָבאַלן זין, וועלן מיר זען, ווי די הייליקע שכינה שײַנט אין יעדן ווינקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.