קיין טענה האָב איך נישט צום רבונו של עולם, אָדער צום גורל, וואָס מײַנע זיידעס און באָבעס זענען געקומען אַהער נאָך לאַנג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, בין איך געבוירן געוואָרן אין אַ זיכערן אָרט און נישט געטיילט דעם גורל פֿון די קרובֿים וואָס זענען געבליבן אין מיזרח־אייראָפּע. נאָר נישט־געקוקט דערויף מיין איך, אַז מײַן נשמה איז אַן אייראָפּעיִשע, אַז אַ סך מאָל איז מיר היימישער אין פּאַריז, פּראָג, פּרעשבאָרג, וואַרשע ווי אין ניו־יאָרק אָדער וואַשינגטאָן.
וויל איך זיך אומקערן צו וואַרשע, וואָס וועגן דעם האָב איך נישט איין מאָל געשריבן. אַז ס׳קומען אַהער געסט פֿון אייראָפּע, בלײַבן זיי פֿאַרוווּנדערט, אויב נישט געפּלעפֿט, וואָס אַזוי פֿיל גאַסן דאָ טראָגן ציפֿערן און נישט קיין נעמען. „פֿיפֿטע עוועניו?! האַ?“ אין פּאַריז הייסט דאָך דער באַקאַנטסטער בולוואַר „שאַנז עליזיי“ (עליזישע פֿעלדער); אין וואַרשע — ירושלימער אַלעע, דער צענטער פֿונעם ערשטן ייִדישן ייִשובֿ אין דער שטאָט.
נישט נאָר דאָס, נאָר אין ניו־יאָרק, אַ שטייגער, טראָגן די גאַסן נעמען אָדער פֿון פֿאַרשמטקייטן פֿון אַמאָל (וואַשינגטאָן, דזשעפֿערסאָן, לינקאָלן) אָדער אפֿשר פֿון די געפֿאַלענע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. אין די פֿירשטעטלעך האָבן גאַסן נעמען פֿון סקאַרבאָווע ביימער — דעמב, טענענבוים, סאָסנע. אויב, אָבער, מע וויל זיך באַקענען מיט דער אָרטיקער היסטאָריע קען מען זיך גאַנץ ווייניק אָפּלערנען פֿון די גאַסן־נעמען.
אין אייראָפּע און ישׂראל בײַט מען די נעמען גאַנץ אָפֿט. אין איינער פֿון זײַנע הומאָרעסקעס האָט, למשל, אפֿרים קישון ע״ה, דער גרויסער סאַטיריקער, וואָס ער האָט געוווינט אין תּל־אָבֿיבֿ, באַשריבן אַ וויזיט קיין ירושלים, וווּ ער בעט ייִדן אין גאַס, זיי זאָלן אים העלפֿן געפֿינען זײַנס אַ חבֿרס אַ דירה. האָט מען פֿון יעדער גאַס אויסגערעכנט דעם איצטיקן נאָמען מיט די צוויי פֿריִערדיקע. מיט אַזוי פֿיל נעמען איז אונדזער העלד, פֿאַרשטייט זיך, אין גאַנצן צעטומלט געוואָרן און זיך אומגעקערט קיין תּל־אָבֿיבֿ מיט גאָרנישט. דערפֿאַר, אָבער, קען מען זיך פֿון די נאָמען־בײַטענישן כאָטש עפּעס אויסלערנען.
אָט האָט מען מיטן קומען צו דער מאַכט פֿון קאָמוניסטן געגעבן אַ סך גאַסן נעמען נאָך זייערע העלדן. איז טשעכײַ געווען פֿול מיט גאַסן נאָכן ערשטן קאָמוניסטישן פּרעזידענט, קלעמענט גאָטוואַלד, און נאָך אַ געפֿאַלענעם זשורנאַליסט, יוליוס פֿוטשיק, ווי אויך נאָך דער רויטער אַרמיי און אַנדערע סאָוועטישע העלדן. ווי נאָר די קאָמוניסטן זענען אַראָפּ פֿון פֿערד האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן זייערע נעמען אויך.
אין אַ שיינעם טאָג אין זומער 1990, עטלעכע חדשים נאָכן פֿאַלן פֿון דער בערלינער מויער, שטיי איך אינעם פּראָגער מעטראָ און וואַרט אויף אַ באַן. קומט צו מיר צו איינער און פֿרעגט מיך אויף אַ שטאַרק אַקצענטירטן ענגליש מיט וואָסער באַן קען מען אָנקומען אויף דער סטאַנציע „קאָסמאָנאַוטן“. כ׳האָב געווווּסט, אַז דעם נאָמען האָט מען שוין אָפּגעשאַפֿט, ענטפֿער איך אים: „נישטאָ אַזאַ סטאַנציע“. האָט ער זיך שיִער נישט צעוויינט: „אָבער כ׳מוז אָנקומען אַהין, און מע האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז אַזוינס איז יאָ דאָ!“ האָב איך אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז די סטאַנציע טראָגט שוין אַ נײַעם נאָמען, נאָר כ׳בין נישט זיכער וואָס ער איז. האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט און זיך דערוווּסט דעם נײַעם נאָמען (וואָס כ׳האָב, אַגבֿ, שוין לאַנג פֿאַרגעסן). ווען כ׳האָב עס איבערגעגעבן דעם פֿרעמדן האָט ער מיר געזאָגט אַ דאַנק, אָבער מיט אַ פּנים פֿול חשד, אַזוי ווי כ׳וואָלט אים געוואָלט אָפּנאַרן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.