(די 5 טע זײַט פֿון 7)
איך האָב געמאַכט אַן אָנשטעל אַז איך עס. מיטן גאָפּל האָב איך אַרומגעשטופּט אויפֿן טעלער איין שטיקל פֿלייש און עטלעכע קערנדלעך רײַז אָבער אין דער אמתן האָב איך גאָרניט געגעסן, נאָר געטרונקען אַ ביסל וואַסער. כ׳האָב געקוקט צו זען אויב ער באַמערקט מײַן פֿאָרטל, אָבער זײַנע אויגן האָבן געזען נאָר דאָס עסן פֿאַר זיך. „זייער געשמאַק,“ האָט ער געזאָגט און צוגעגעבן: „כינעזיש רײַז איז נאָך בעסער מיט סויעסאָס.“ ער האָט גענומען דאָס פֿלעשעלע סויעסאָס און דערטרונקען די רײַז אין אַ טונקל ברוינער קאַלוזשע. דאָס האָט ער געפּרוּווט עסן מיט די עס־שטעקעלעך און געלאַכט ווען עס איז אים נישט געלונגען, אָבער נאָך ערגער איז געווען ווען ער האָט געפּרוּווט עסן די רײַז מיט אַ גאָפּל. די סויעסאָס האָט געקאַפּעט דורך די גאָפּל־ציינדלעך אויף זײַן לײַבל און זײַנע הויזן.
„אוי!” האָט ער געפּישטשעט ווען ער האָט דערזען וואָס האָט פּאַסירט. „נו, ס׳מאַכט נישט אויס. זיי זענען אַלטע הויזן,“ און זיך אָנגעשפּאַרט אויפֿן אָנלען פֿון בענקל. ער האָט גיך אײַנגעטונקען די סערוויעטקע אינעם גלאָז וואַסער, נישט נאָר דעם שפּיץ, נאָר אַ העלפֿט פֿון דער גרויסער סערוויעטקע, און באַצענט דעם טיש מיט וואַסער. נישט געקוקט אויף דעם האָט ער אָנגעהויבן שטאַרק ווישן די פֿלעקן סויעסאָס אויף די הויזן און אויפֿן לײַבל און נאָך ערגער געמאַכט.
איך האָב יך צוגעקוקט מיט גרויסע אויגן און געשוויגן. וואָס האָב איך דען געקענט זאָגן? כ׳האָב געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות נישט לאַכן, כ׳האָב פֿעסט צוגעדריקט די ליפּן און אים געגעבן מײַן סערוויעטקע אויך. ווען כ׳האָב שוין יאָ געקענט רעדן אָן צו לאַכן, האָב איך אים פֿאַרזיכערט, אַז אַלץ וועט זיך אויסטריקענען און מע וועט גאָרנישט דערקענען.
„וועסט אויסזען ווי אַ מאַלער! מאַך זיך נישט וויסנדיק,“ האָב איך אים געפּרוּווט פֿאַררעדן און אים אונטערגעשטופּט מײַן טעלער עסן. ער האָט זיך טאַקע געמאַכט נישט וויסנדיק און זיך מיט אַן אימפּעט גענומען צו מײַן פּאָרציע אויך און אַפֿילו נישט געפֿרעגט פֿאַר וואָס איך עס נישט. ווען איין שטיקלע רײַז איז אַראָפּגעפֿאַלן אויפֿן טישטוך האָט ער אַ לעק געגעבן אַ פֿינגער און מיטן נאַסן פֿינגער אויפֿגעהויבן דאָס שטיקל רײַז, עס געלייגט אין מויל אַרײַן און געזוכט איבערן טיש, צי עס זענען אפֿשר נישטאָ נאָך עטלעכע אַזעלכע פֿאַרקוקטע שטיקעלעך רײַז אָבער נישט געפֿונען.
מיט אַ מאָל האָט ער זיך אין עפּעס דערמאָנט און פֿון אַ קעשענע אַרויסגעצויגן אַ זשמעניע טאַבלעטן פֿון אַלערליי קאָלירן. ער האָט אויסגעשטרעקט די האַנט טאַבלעטן צו מיר און מיך געבעטן לייענען וואָס עס שטייט געשריבן אויפֿן ראָזעווען. ווען כ׳האָב דעם ראָזעווען טאַבלעט געוואָלט אָננעמען און אים פֿרעגן צי יענע פּיל מיינט ער, איז דער טאַבלעט מיר אַרויסגעפֿאַלן פֿון די פֿינגער.
דאָס מאָל האָבן מיר ביידע אין דער זעלביקער צײַט אויסגעשאָסן מיט אַן „אוי!‟ אָבער זײַן „אוי“ איז געווען פֿול מיט טרויער, און ער האָט געזאָגט: „דאָס איז געווען פֿאַרן האַרץ….“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.