פֿלאָרידע: אַ שמאַלצגרוב פֿון מענער? (קאַפּיטל 2)

Florida: A Gold Mine for Women (Chapter II)

Yehuda Blum

פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב

Published April 06, 2017, issue of April 27, 2017.

(די 7 טע זײַט פֿון 7)

דאָס איז שוין געווען צו פֿיל. „איך הייס חנה־פֿײַגל,“ האָב איך אים בייז געזאָגט, „און איך בין נישט דײַנע, נישט קיינעמס נישט. דו האָסט געזוכט אַ פֿרומע. איך בין שומר־נגיעה און איך וויל זען ביידע דײַנע הענט אויפֿן קערעווער.“ אין אַ מילדערן טאָן האָב איך צוגעגעבן: „זײַ אַזוי גוט, סענדער, פֿיר נישט גיך און גחב אַכטונג.“ 
  ער איז נישט ברוגז געוואָרן און האָט געלאַסן געזאָגט: „גוט, וועל איך נישט פֿירן אויפֿן שאָסיי, נאָר אויף די גאַסן, דעם לאַנגן וועג צוריק און דיר דערציילן די מעשׂיות וואָס איך האָב אין רעסטאָראַן נישט געהאַט קיין צײַט צו דערציילן.“ און ער האָט אָנגעהויבן דערציילן וועגן זײַנע דרײַ ווײַבער און די דרײַ טעכטער, וואָס מיט יעדער פֿרוי האָט ער געהאַט איינע, און וווּ זיי געפֿינען זיך אַלע יעצט און וויפֿל ער באַדויערט וואָס ער קען זיי נישט שיקן קיין געלט.

די בעסטע מעשׂה איז אָבער געווען פֿאַרוואָס ער איז יעצט אַ קבצן אין זיבן פּאָלעס. דערציילט ער, אַז ער האָט געהאַט פֿאַרקויפֿט אַ סצענאַר אין האַליוווּד פֿאַר אַ פּאָלנער מיליאָן. איז ער אַוודאי געווען מלא־שׂימחה און נאָר געקלערט ווי ער קען די טעכטער העלפֿן. סוף־כּל־סוף וועט ער קענען באַצאָלן דעם שׂכר־לימוד פֿאַר קאָלעדזש און גראַדויִר־שול פֿאַר אַלע דרײַ און זיי ווײַזן וואָסער טאַטע זיי האָבן. און ס׳איז נישט געווען קיין שפּאַס. מע האָט דאָס געלט גלײַך דעפּאָנירט אין זײַן באַנקקאָנטע, אָבער ווען זײַן בוכהאַלטער האָט אים געזאָגט וויפֿל שטײַערן ער וועט מוזן באַצאָלן דערויף און ווען ער האָט אויסגערעכנט וויפֿל ער וועט דאַרפֿן האָבן פֿאַר זײַנע אייגענע הוצאָות און וויפֿל עס קאָסט אַ יאָר זיך לערנען אין אַ גוטן אוניווערסיטעט, האָט ער זיך דערשראָקן. נאָך אַלעמען האָט ער אײַנגעזען, שוואַרץ אויף ווײַס, אַז אַ מיליאָן וועט נישט דעקן אַזוי פֿיל ווי ער האָט געמיינט, אַפֿילו נישט איין יאָר פֿאַר דריי מיידלעך. אַנשטאָט זיך צו פֿרייען איז ער אַרײַן אין אַ מרה־שחורה.

אָבער צום סוף האָט ער געפֿונען אַן אויסוועג: וואָס טוען אַלע מיליאָנערן? זיי אינוועסטירן אַ ביסל געלט, און פֿון אַ ביסל ווערט אַ סך. אָבער ווי אַזוי טוט מען דאָס? האָט דער אייבערשטער געהאָלפֿן און ער האָט זיך, איין אָוונט אין אַ באַר, נאָכן אָנטרינקען זיך אַ ביסל, דערציילט דעם שענקער די גאַנצע געשיכטע, האָט דער שענקער געזאָגט, אַז ער קען אים העלפֿן.

„ווען איך בין געקומען פֿון רוסלאַנד האָב איך גאָרנישט געהאַט, און זע נאָר וואָסער גבֿיר איך בין אין אַ קורצער צײַט געוואָרן.“ ער האָט אים געזאָגט, אַז יעדער איינער קען טאָן די זעלביקע זאַך אויב ער האָט נאָר אַ ביסל קוראַזש און שטאַרקע נערוון, ווײַל עס האָט צו טאָן מיט שמוגלען בריליאַנטן. סענדער איז באַגײַסטערט געוואָרן און אים שטאַרק געבעטן ער זאָל אים העלפֿן. ער האָט קוראַזש און ער האָט אײַזערנע נערוון. ער האָט אַזוי לאַנג געבעטן אַז דער שענקער האָט מסכּים געווען און אים געשטעלט אין פֿאַרבינדונג מיט זײַן שוואָגער, וואָס איז אין רוסלאַנד געווען אַ שאַכטיאָר און איז דער וואָס האָט אים געהאָלפֿן. „אָבער עס מוז בלײַבן אַ סוד,‟ האָט דער שענקער אים געוואָרנט. ער האָט צוגעלייגט דעם ווײַזפֿינגער צו די ליפּן: „ששש! קיינער טאָר פֿון דעם נישט וויסן!‟

בקיצור, סענדער האָט געקויפֿט בילעטן קיין רוסלאַנד פֿאַר זיך און דעם שוואָגער, באַצאָלט פֿאָרויס פֿאַר שיינע האָטעלן און עסן. דאָס געלט איז געגאַנגען ווי וואַסער, און מיט דעם וואָס ס׳איז פֿאַרבליבן האָט ער געקויפֿט רויע בריליאַנטן. ווען ער האָט זיי דערזען האָט ער זיך צעלאַכט ווײַל בײַ אים האָבן זיי אויסגעזען ווי פּשוטע שטיינדלעך. דער מאַן האָט אים גערופֿן אַ נאַר.

האָבן זיי געלאָזט אַ נייטאָרין אַרײַננייען די בריליאַנטן אין די נעט און מאַנקעטן פֿון זייערע קליידער און זיך געגרייט אַהיימצופֿאָרן און ווערן גרויסע מאַגנאַטן. אויף דער גרענעץ האָבן אָבער גזלנים זיי געכאַפּט, זיי אויסגעטאָן די קליידער און זיי געוואָלט שיסן, אָבער דער רוס האָט געזאָגט אַז זיי קענען אַלץ האָבן, אַבי מע זאָל זײ לאָזן לעבן. און אַזוי איז געווען. דער רוס אין די גאַטקעס האָט אָנגעקלאַפּט אין אַ טיר, טעלעפֿאָנירט צום שוואָגער, דער שענקער, ער זאָל זיי איבערנאַכט שיקן געלט אַהיימצופֿאָרן, און סענדער איז צוריקגעקומען אַ בעל־חובֿ אין יענעמס קליידער. 

די מעשׂה איז געווען אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק, אַז איך האָב אַפֿילו נישט באַמערקט אַז מיר שטייען שוין בײַ מײַן פֿרײַנדינעס טיר. 

„קענען מיר זיך נאָך אַ מאָל טרעפֿן?“ האָט ער מיך געפֿרעגט.

„ניין, ניין, באמת אַ שאָד. כ׳האָב מיטגעברענגט מיט זיך אַרבעט צו טאָן. אָבער זײַ אַזוי גוט און שיק מיר אַ טעקסט ווען דו קומסט אַהיים.“

כ׳האָב נישט געוואַרט ער זאָל ענטפֿערן, נאָר אַרויסגעשפּרונגען פֿון אויטאָ און אַרײַנגעלאָפֿן אין קיך עפּעס נעמען אין מויל אַרײַן.


כּדי זיך צו פֿאַרבינדן מיט חנה־פֿײַגל טערטלטויב, שרײַבט איר אויף דעם אַדרעס: doctorkf@gmail.com