(די 2 טע זײַט פֿון 2)
במשך פֿון דער צװײ־טאָגיקער קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען אַ לעבעדיקער אױסטױש צװישן דרײַ דורות פֿון פֿאָרשער. קאָנטאַקטן צװישן ייִדישע און פּױלישע היסטאָריקער האָבן זיך אָנגעהױבן אָנהײב די 1980ער יאָרן, און זינט דעמאָלט איז די דאָזיקע אַקאַדעמישע בראַנזשע שטאַרק געװאַקסן. הײַנט פֿאַרמאָגט פּױלן עטלעכע ערשט־קלאַסיקע צענטערס פֿון ייִדישע שטודיעס, און דער גרעסטער צװישן זײ געפֿינט זיך דװקא אין ברעסלע [װראָצלאַװ], דער שטאָט, װאָס האָט אַזױ געחידושט דעם העלד פֿונעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן (אַ סבֿרה, אַז אַקסנפֿעלד שילדערט די שטאָט אױפֿן סמך פֿון זײַנע אײגענע אײַנדרוקן).
פּראָפֿעסאָר ענטאָני פּאָלאָנסקי, בלי־ספֿק די צענטראַלע פֿיגור אין די פּױליש־ייִדישע שטודיעס, האָט אַנאַליזירט צװײ קעגנזײַטיקע טענדענצן אינעם פֿעלד. אײן שיטה באַטאָנט די נעגאַטיװע אַספּעקטן, דעם פּױלישן אַנטיסעמיטיזם און דעם חורבן, בעת די אַנדערע שיטה באַטראַכט די באַציִונגען צװישן ייִדן און פּאָליאַקן אינעם פּאָזיטיװן זינען. בײדע שיטות האָבן בולטע אידעאָלאָגישע שאַטירונגען און װערן אַקטיװ אױסגענוצט אין פּאָליטישע סיכסוכים.
פּאָליטיק איז געװען די טעמע פֿון דער עפֿנטלעכער לעקציע פֿונעם באַרימטן פּױלישן דיסידענט אָדם מיכניק, דעם רעדאַקטאָר פֿון דער ליבעראַלער פּױלישער צײַטונג „גאַזעטאַ װיבאָרטשאַ”. מיכניקס ייִדישקײט האָט אָפֿטמאָל געדינט װי אַ צילברעט פֿאַר זײַנע קריטיקער, װאָס האָבן כּסדר באַטאָנט זײַן „פֿרעמדקײט” אין פּױלן. אין זײַן לעקציע האָט מיכניק פּרטימדיק אַנאַליזירט, װי אַזױ מען האָט גענוצט אַנטיסעמיטיזם אינעם אינעװײניקסטן געראַנגל צװישן פֿאַרשידענע פּאָליטישע כּוחות אין קאָמוניסטישן פּױלן. ער האָט דערװיזן, אַז ייִדן קאָנען דינען װי אַ „ניצלעכער” שׂונא ניט נאָר בײַ די רעכטע קאָנסערװאַטאָרן נאָר אױך צומאָל בײַ לינקע סאָציאַליסטן. מיכניקס היסטאָרישע פּרעזענטאַציע האָט באַקומען אַ הילכיקן אָפּקלאַנג בײַ דעם עולם, װאָס האָט בעל־כּרחו דערזען פּאַראַלעלן מיט דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
מיכניקס פּאָליטישע אױסזיכטן זײַנען אױסגעפֿורעמט געװאָרן אין 1968, װען די קאָמוניסטישע מאַכט האָט זיך באַנוצט מיט אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע כּדי צו דערשטיקן ליבעראַלע שטימנונגען אין דער געזעלשאַפֿט. דאָס דאָזיקע יאָר איז געװאָרן אַ מכריעדיקער ביאָגראַפֿישער מאָמענט פֿאַרן דור פֿון מיכניק און זײַנע חבֿרים, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן באַלד נאָך דער מלחמה.
אָבער בײַם הײַנטיקן יונגן דור איז דאָס שױן אַ טײל פֿון דער געשיכטע. די סעקציע „גלות־דורות” האָט פֿאָרגעשטעלט די פֿאָרשונגען פֿון יונגע פּױלישע היסטאָריקער פֿון ברעסלע, װאַרשע, און פּויזן (פּאָזנאַן). זײ האָבן באַהאַנדלט דרײַ היסטאָרישע תּקופֿות: דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאָנטעקסט פֿונעם ייִדישן אױפֿלעב אין פּױלן נאָכן חורבן; די באַציִונגען פֿון די עמיגראַנטן פֿון 1968 צו פּױלן, און די נײַע געשטאַלטיקונג פֿון פּױלן אין די ליטעראַרישע װערק פֿון יונגע ישׂראלדיקע מחברים. אַזױ אַרום קומט די ייִדישע געשיכטע צוריק קײן פּױלן אין דער פֿאָרם פֿון פֿאָרשונגען, ראָמאַנען, פֿילמען, מוזיק און אױסשטעלונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.