כּמעט יעדן פֿרימאָרגן, נאָך איידער איך באַקום די צייטונג, לייען איך אויף דער אינטערנעץ די דעמאָלטיקע צײַטשריפֿטן — „הײַנט‟, „מאָמענט‟, „אונדעזר עקספּרעס‟, „ליטעראַרישע ווערק‟ אאַז״וו — בכדי זיך צו דערוויסן וואָס הערט זיך אויף סמאָטשע־גאַס. ביז הײַנט האָב איך געפֿונען הונדערטער, אויב נישט טויזנטער, ידיעות וועגן דער גאַס. איך זוך אין די ביכער, סײַ דורך פּראָזע סײַ דורך זכרונות פֿון וואַרשע, אויב צווישן די שורות באַהאַלט זיך עפּעס וואָס האָט אַ שײַכות מיט סמאָטשע.
פֿאַר וואָס דווקא סמאָטשע? עס זײַנען דאָך געווען שענערע און חשובֿערע גאַסן אין דער ייִדישער וואַרשע ווי, למשל, נאַלעווקע; עס זײַנען געווען מער באַרימטע גאַסן ווי קראָכמאַלנע־גאַס פֿון באַשעוויסעס „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟, אָדער דזשיקע־גאַס פֿון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס קינדער־לידער. סמאָטשע האָט נישט געהאַַט קיין שום ייִחוס. אַדרבא, זי האָט געשמט פֿאַר אַ גאַס פֿון ייִדישן דלות, וווּ די ייִדישע מאַסן וווינען און לעבן זיך אויס.
צום ערשטן מאָל האָב איך געהערט דעם נאָמען סמאָטשע מיט אַ סך יאָר צוריק, אין בינעם העלערס ליד „מײַן שוועסטער חיה‟, וואָס חוה אַלבערשטיין האָט קאָמפּאָנירט און געזונגען, צוזאַמען מיט די „קלעזמאַטיקס‟. איר קענט אפֿשר דאָס ליד, וועגן דעם מחברס שוועסטער „מיט די גרינע אױגן,/ וואָס האָט מיך דערצױגן אױף סמאָטשע־גאַס,/ אין הױז מיט קרומע טרעפּ‟. ער דערציילט דאָרטן פֿון חיה, וואָס האָט זיי, די אַלע ברידער, געקאָרמעט און געהיט, און וואָס איז דערנאָך געשען מיט איר: „אַ דײַטש האָט אין טרעבלינקע זי פֿאַרברענט./ און איך בין אין דער ייִדישע מדינה/ דער סאַמע לעצטער, װאָס האָט זי געקענט.‟
די שוועסטער חיה, צוזאַמען מיט איר סמאָטשע־גאַס, זײַנען אײַנגעקריצט אין מײַן זכּרון, און געדולדיק געוואַרט ביז איין מאָל, ווען איך בין געגאַנגען דורך אַנילעוויטש־גאַס אין וואַרשע (וואָס האָט פֿאַר דער מלחמה געהייסן גענשע־גאַס), האָב איך דערזען אַ שילד: Smocza. איך האָב געקוקט אַהין־אַהער און געזען בלויז מאָדערנע בנינים, אָן שום זכר פֿון די דעמאָלטיקע הײַזער. ס׳איז גאָר נישט קיין ווווּנדער: סמאָטשע איז געווען אַ טייל פֿון וואַרשעווער געטאָ, און צוזאַמען מיט די אַנדערע גאַסן איז זי חרובֿ געוואָרן אינעם אויפֿשטאַנד. צווישן די 1950ער און 1960ער יאָרן, האָט מען אויפֿגעבויט די גאַס פֿון דאָס נײַ, און איר אויסזען איז שוין געווען גאָר אַנדערש. איך האָב אַ חשד אַז די נײַע סמאָטשאַ איז געווען אַ פּרוּוו אויסצומעקן די שלעכטע זכרונות: נישט נאָר פֿונעם חורבן, נאָר אויך פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער גאַס.
אין די פּוילישע אויגן, איז סמאָטשע נאָך פֿאַר דער מלחמה געווען אַ ‘נאָן גראַטע׳ אָרט, אַ גאַס וואָס באַליידיקט די שטאָט. „דאָס רובֿ פֿון וואַרשעס אײַנוווינערס האָבן געקענט סמאָטשע פֿון די פּאָליציי־באַריכטן. די גאַס איז געווען נישט שיין און נישט זיכער,‟ שטייט געשריבן אינעם בוך „די נישט־שיינע גאַסן פֿון וואַרשע‟ וואָס איז אַרויס אין פּוילן. אויך אין די אַלטע פּוילישע צײַטונגען קאָן מען געפֿינען סמאָטשע, דער עיקר, בײַ די ידיעות וועגן פֿאַרברעכנס, אַקצידענטן, עפּידעמיעס און הונגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.