אַחרון־של־פּסח, דעם לעצטן טאָג פֿון די פֿאַרגאַנגענע יום־טובֿים, האָב איך געגעסן די סעודה בײַ סאַטמאַרער חבֿרים, אַ חשובֿע משפּחה אין וויליאַמסבורג. בשעת דער ראָש־המשפּחה, אַ דיין און אַ גרויסער תּלמיד־חכם, האָט געשמועסט מיט מיר וועגן קבלה און חסידות, האָבן זײַנע קינדער פֿאַרקניפּט אַ דיסקוסיע וועגן פּאָליטיק און אָנגעהויבן פֿרעגן בײַ מיר פֿאַרשיידענע קשיאות אין שײַכות צו דער מלחמה אין סיריע, קאַליע־געוואָרענע באַציִונגען צווישן טראָמפּ און פּוטין, וכּדומה.
די מאַמע, אַ חומראדיק גאָר פֿרומע פֿרוי, וואָס ווייסט פֿאָרט אַ טאָלק אין וועלטלעכע ענינים, האָט באַמערקט, אַז פּונקט אַזוי ווי בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט די ייִדן און די וועלט האָט זיי נישט אָפּגעשטעלט, גייט איצט ווייניק מענטשן אָן, אַז אין סיריע הרגעט מען טויזנטער אומשולדיקע מענטשן. מע דאַרף זיי העלפֿן, האָט זי זיך באַקלאָגט, אַבער די וועלט שווײַגט, ווי בעת דעם חורבן.
אין פֿאַרגלײַך מיט עקלדיקע העסלעכע און צינישע קאָמענטאַרן וועגן די סירישע פּליטים, וואָס איך האָב שוין מער ווי גענוג געהערט פֿון פֿרומע ייִדן, איז מיר אַזאַ נאָרמאַלע מענטשלעכע באַציִונג זייער געפֿעלן געוואָרן. אין דער ברייטער אַלגעמיינער פּרעסע ווערן די סיריער, צום באַדויערן, אויך באַטראַכט כּסדר ווי אַ מין „סכּנותדיקער מאַטעריאַל‟. אַפֿילו די, וואָס שטיצן דעם אָנקום פֿון די פּליטים, קוקן אויף זיי אָפֿט אַראָפּ. מע מוז אויף זיי רחמנות האָבן, אָבער אין „ציוויליזירטע‟ לענדער שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ גרויסע סכּנה.
נאָך דעם מיסטעריעזן כעמישן אַטאַק אָנהייב אַפּריל אין כאַן־שײַכון און טראָמפּס באַפֿעל צו באָמבאַרדירן סיריע, האָבן צווישן אַ סך רוסן אויפֿגעפֿלאַקערט נײַע כוואַליעס פֿון פּראָ־סירישע און אַנטי־אַמעריקאַנער שטימונגען. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז אַ גרויסער טייל פֿון טראָמפּס פֿאַרדאַמער קוקן אויף די סיריער ווי נעבעך־מענטשעלעך, וואָס נייטיקן זיך אין דער הילף פֿון פּוטינס מעכטיקער אַרמיי, אָבער בלײַבן פֿאָרט צוריקגעהאַלטענע באַרבאַרן. דער אַנומלטיקער טעראָר־אויפֿרײַס אין פּעטערבורג האָט, אַוודאי, ווײַטער קאַליע געמאַכט די רעפּוטאַציע פֿון די סיריער. לויט איינער פֿון גאַנץ שׂכלדיקע השערות, האָבן דעם דאָזיקן בלוטיקן גוואַלד־טאַט אָפּגעטאָן די טעראָריסטן פֿון „אײַסיס‟, וואָס קערן זיך איצט אום פֿון סיריע און איראַק.
וואָס שייך דעם כעמישן אַטאַק, איז מיר גאָר שווער צו גלייבן, אַז דער סירישער פּרעזידענט, באַשאַר אַסאַד, האָט וואָס־ניט־איז שײַכות דערצו. אַסאַד איז זיכער אַ דיקטאַטאָר, אָבער ער טוט אַלץ וואָס מעגלעך, כּדי צו ווײַזן אַ גוט פּנים צו זײַנע שטיצער אַרום דער וועלט. צו דערהרגענען 70־100 מענטשן דורך אַ פֿאַרבאָטן מין געווער, ווען ער האָט מער ווי גענוג געוויינטלעכע באָמבעס צו צעשטערן אַ גאַנצע שטאָט, קלינגט ווי אַ פּאָליטישער זעלבסטמאָרד. און כּל־זמן פֿאַרלאָזלעכע אינטערנאַציאָנעלע מומחים האָבן נישט באַשטעטיקט, וואָס ס׳האָט באמת פּאַסירט אין סיריע, האָט טראָמפּ בשום־אופֿן נישט געטאָרט באָמבאַרדירן אַ פֿרעמד לאַנד.
וואָס מע זאָל נישט טראַכטן וועגן דער איצטיקער שרעקלעכער רציחה, ווערט אין דער ברייטער פּרעסע זעלטן דערמאָנט, אַז סיריע איז געווען אַ היסטאָריש וויגעלע פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, וואָס האָט געשפּילט גאָר אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון אַלע דרײַ „אַבֿרהמישע‟ רעליגיעס. ס׳איז אַ געפֿערלעכער שאָד, אַז אַחוץ די מענטשלעכע קרבנות ווערן דאָרטן צעשטערט טײַערע קולטור־אוצרות.
לויט דער ייִדישער מסורה איז דער ערשטער ייִד אין דער וועלט, אַבֿרהם אָבֿינו, געווען אַ סיריער. אַ סך פּערזענלעכע נעמען אינעם ייִחוס פֿון אונדזערע אָבֿות זענען פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע סירישע מקומות. למשל, די אוראַלטע שטאָט נחור הייסט הײַנט מאַרי — שטאַרק צעשעדיקט דורך רויבער און באַנדיטן מחמת דער מלחמה. אַבֿרהמס עבֿד אליעזר, ווי באַקאַנט, האָט געשטאַמט פֿון דמשׂק. „תּרח‟ איז אויך געווען אַן אוראַלט סיריש שטעטל. די סירישע געגנט אַרם־נהריים, וווּ אָבֿרהם אָבֿינו איז געבוירן געוואָרן, ליגט איצט אין חורבֿות; אַ טייל פֿונעם ראַיאָן בלײַבט אונטערן קאָנטראָל פֿון „אײַסיס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.