סיריע: אַבֿרהם אָבֿינוס היימלאַנד

Syria, Abraham’s Homeland

די בת־פּרעה ראַטעוועט משה רבינו פֿונעם טײַך: אַ פֿרעסקע אין דער אוראַלטער שיל אין דוראַ־אייראָפּאָס, סיריע, פֿונעם 3טן יאָרהונדערט
Wikimedia Commons
די בת־פּרעה ראַטעוועט משה רבינו פֿונעם טײַך: אַ פֿרעסקע אין דער אוראַלטער שיל אין דוראַ־אייראָפּאָס, סיריע, פֿונעם 3טן יאָרהונדערט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published April 30, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין דער קריסטלעכער געשיכטע, בלײַבן די סיריש־אַראַמישע טעקסטן פֿון די אוראַלטע „קירך־פֿאָטערס‟ אַ ריזיקער יסודותדיקער אוצר פֿון טעאָלאָגישע, מיסטישע און עטישע גע­דאַנקען. יעדער געבילדעטער קריסט, בפֿרט אַ גריכיש־ צי רוסיש־אָרטאָדאָקסישער, שטרעבט כאָטש אַ ביסל זיך צו באַקענען מיט אַזעלכע קלאַסיקער, ווי יוחנן פֿון דמשׂק און ערפֿעם דער סיריער. אין ערנסטע קריסטלעכע סעמינאַרן פֿירט מען קלאַסן פֿון סיריש־אַראַמיש. די סירישע קריסטן נוצן די שפּראַך אין די קלויסטערס און באַטראַכטן זי ווי גאָר אַ טײַערן אוצר. אונדזערע תּרגומים, אַגבֿ, זענען פֿאַרשריבן כּמעט אויפֿן זעלביקן דיאַלעקט, אָבער מיט ייִדישע אותיות. די טעמע פֿונעם מעגלעכן קולטורעלן אויסטויש צווישן די ייִדישע פּיוטים און קריסטלעכע הימנעס איז אַן אַנדער גאָר אינטערעסאַנט געביט פֿאַר פֿאָרשונגען.

אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 661, ווען אַ שׂונא האָט דערהרגעט מיט אַ שווערד מוכאַמאַדס איידעם אַלי, איז דמשׂק געוואָרן די הויפּט־שטאָט פֿונעם מוסולמענישן כאַליפֿאַט. ס׳רובֿ אָרטיקע תּושבֿים זענען לכתּחילה געווען קריסטן; די מוסולמענישע חכמים האָבן מיט זיי געפֿירט דעבאַטעס, אָבער בדרך־כּלל זיך פֿרײַנדלעך צו זיי באַצויגן. דער דערמאָנטער יוחנן פֿון דמשׂק (John Damascene) האָט געדינט ווי אַ הויכ­ראַנגיקער באַאַמטער בײַם כאַליף, הגם אין זײַנע קריסטלעכע ווערק קריטיקירט ער גאַנץ שאַרף די מוסולמענער. די ייִדישע קהילה אין דער שטאָט האָט דעמאָלט אויך געבליט.

אינעם יאָר 750, ווען די אַבאַסידן האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן די כאַליף־דינאַסטיע פֿון אָמ­אַיאַדן, האָט דער נײַער כאַליפֿאַט דערקלערט באַ­גדאַד ווי זײַן נײַע קרוינשטאָט. דמשׂק איז אָבער גע­בליבן אַ וויכטיקער וועלטצענטער. נאָך אַ ריי אָנפֿאַלן, איבערקערענישן און קאָנפֿליקטן, איז די מאַכט אין סיריע אַריבער צו דער טאָלע­ראַנטער אָטאָמאַנישער אימפּעריע; אינעם 16טן יאָרהונדערט האָבן זיך אין סיריע באַזעצט אַ סך ספֿרדישע ייִדן, פֿאַרטריבן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. רבי חיים וויטאַל, דער עיקר־תּלמיד פֿונעם גרויסן מקובל רבי יצחק לוריא (אַריז״ל) האָט במשך פֿון אַ סך יאָרן געוווינט אין דמשׂק און געדינט דאָרט ווי דער שטאָט־רבֿ. זײַן זון, רבי שמואל וויטאַל, האָט ממשיך געווען דעם טאַטנס קבלה־טעטיקייט. אַ דאַנק דער משפּחה וויטאַל איז דעם אַריז״לס שיטה באַוווּסט געוואָרן אין דער גאַנצער וועלט. צענדליקער אַנדערע באַרימטע רבנים, פּייטנים און מקובלים האָבן געוווינט אין סיריע.

צווישן די הײַנטיקע סיריש־שטאַמיקע ייִדן איז פֿאַרשפּרייט אַן אייגענער עטנאָ־צענטריזם, וועלכער זעט פֿאַר אַנדערע ייִדן אויס משונהדיק און קאָן אַפֿילו באַליידיקן. די גרים און קינדער פֿון געמישטע משפּחות לאָזן זיי בכלל נישט אַרײַן אין די שילן און באַטראַכטן זיי נישט פֿאַר אמתע ייִדן; אַשכּנזים זענען פֿאַר זיי „האַלבע גויים‟ און אַפֿילו ספֿרדים פֿון מאַראָקאָ צי טערקײַ — צווייט־סאָרטיקע. די סיריש־ייִדישע לעגענדעס וועגן זייער „ריינעם‟ ייִחוס זענען, אַוודאי, היפּט איבערגעטריבן; די תּקנה קעגן געמישטע משפּחות און גרים איז אַ מאָדערנער חידוש, אײַנגעפֿירט בערך מיט 100 יאָר צוריק. פֿונדעסטוועגן, שפּיגלט זיך אין אַזאַ צוגאַנג אָפּ די באַזונדערס לאַנגע ייִדישע פֿאַרבינדונג מיט סיריע, וואָס הייבט זיך אָן אַזש מיט אַבֿרהם אָבֿינו. ווי באַלד די אָבֿות שטאַמען פֿון דאָרטן, קאָן מען אַפֿילו זאָגן, אַז סיריע איז דאָס בראשית־וויגעלע פֿון ייִדישקייט. מעסאָפּאָטאַמיע, אַרײַנגערעכענט סיריע, איז בכלל, אין אַ גרויסער מאָס, דאָס וויגעלע פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע.

בלוטיקע קאָנפֿליקטן זענען, צום באַדויערן, נישט קיין נאָווינע אין דער היסטאָריע פֿונעם מיטל־מיזרח. צום ערשטן מאָל איז אָבער געוואָרן אינעם אוראַלטן לאַנד אַזאַ טרויעריקער מצבֿ, אין וועלכן ייִדן, קריסטן און הויפּטשטראָמיקע מוסולמענער ווערן אומגעבראַכט דורך אַן אַכזריותדיקער טעראָריסטישער באַוועגונג, וואָס שטעלט אויף קאַפּויער די פֿרײַנדלעכע געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן כאַליפֿאַט און דראָט מיט די ערגסטע מיתות־משונות צו אַלע קעגנער פֿון זייער שיטה. וואָס שייך ייִדן, איז צום ערשטן מאָל אין 3,000 יאָר נישט געבליבן קיין ממשותדיקע ייִדישע קהילה אין סיריע. מע גיט איבער, אַז בלויז אַ קנאַפּע פּאָר ייִדישע תּושבֿים וווינען נאָך אַלץ אינעם לאַנד.

דאַריאַ מיטינאַ, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון מאָסקווע, בײַם באַרימטן דמשׂקער „אָמאַיאַד־מעטשעט‟, מיט צוויי חדשים צוריק, פֿעברואַר 2017. דער מעטשעט איז אויפֿגעבויט געוואָרן אינעם 7טן יאָרהונדערט
Facebook
דאַריאַ מיטינאַ, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון מאָסקווע, בײַם באַרימטן דמשׂקער „אָמאַיאַד־מעטשעט‟, מיט צוויי חדשים צוריק, פֿעברואַר 2017. דער מעטשעט איז אויפֿגעבויט געוואָרן אינעם 7טן יאָרהונדערט

אין די 1990ער יאָר איז סיריע געווען באַקאַנט אין רוסלאַנד ווי אַ פּאָפּולערער רויִקער קוראָרט. דאַריאַ מיטינאַ, אַ וועלטלעכע ייִדישע פֿרוי, וואָס וווינט אין מאָסקווע און פֿאַרנעמט זיך מיט לינקע קאָמוניסטישע פּראָיעקטן, האָט נישט לאַנג צוריק מיר איבערגעגעבן, אַז בדרך־כּלל בלײַבט סיריע אַ וואַרעם פֿרידלעך לאַנד — לכל־הפּחות, אין אַזעלכע מקומות, וווּ מע קאָן זיך דערוועגן אַרומגיין אויף דער גאַס.

עס ווילט זיך האָפֿן, אַז דער קאָנפֿליקט וועט זיך באַלד פֿאַרענדיקן און די וועלט וועט ווידער באַטראַכטן סיריע ווי אַ שיינעם קוראָרט, וווּ יעדעס שטעטל איז דורכגעזאַפּט מיט טויזנטער יאָר געשיכטע. כּל־זמן מיר לייענען די שוידערלעכע נײַעס, איז אָבער וויכטיק צו געדענקען, אַז סיריע בלײַבט אַ לאַנד, וווּ ייִדן, קריסטן און מוסולמענער מכּל־המינים האָבן געוווינט דורות־לאַנג צוזאַמען און האָבן אַנטוויקלט, נישט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע מהומות און קאָנפֿליקטן, גאָר אַ רײַכע טראַדיציע פֿון מולטי־קולטורעלן סינטעז.