(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ייִדיש, דײַטשיש, ענגליש און האָלענדיש האָבן אַלע פֿאַרלוירן די קאָמבינאַציע sk. אָט זאָגט מען אויף שוועדיש fisk, אָבער אויף ייִדיש אאַז״וו — „פֿיש“. דאָרטן וווּ ס׳איז יאָ דאָ sk מוז ס׳וואָרט קומען פֿון דער פֿרעמד. קומען טאַקע אַלע ענגלישע ווערטער וואָס הייבן זיך אָן מיט sk (ווי, למשל: — sky, ski, skull) — פֿון דער פֿרעמד, פֿון די סקאַנדינאַווישע לשונות. דאָס האָבן די ענגלענדער צו פֿאַרדאַנקען די פֿאַרצײַטיקע אינוואַזיע פֿון די וויקינגען.
ייִדיש און דײַטשיש, אָבער, איז קיין מאָל נישט אויסגעקומען צו לײַען בײַ די סקאַנדינאַוויער, וואָרן זיי זענען די וויקינגען נישט באַפֿאַלן. איז וואָס איז די מעשׂה מיט „שקלאַף“, אויף דײַטשיש — Sklave? וואָס ליגט באַהאַלטן הינטער דעם וואָרט? אָט מוזן מיר אָנקומען צו די סלאַוון.
פֿון וואַנעט נעמט זיך ס׳וואָרט „סלאַװ“? נישט קלאָר. איין השערה איז דאָס, װאָס די סלאַװן זענען אין אַמאָליקע צײַטן פֿאַרשקלאַפֿט געװאָרן, זענען „סלאַװ״ און „שקלאַף״ אין תּוך אַרײַן דאָס זעלביקע װאָרט (אַגבֿ, ביידע ווערטער שטאַמען פֿון גרעקיש און לאַטײַניש). אַנדערע האַלטן, אַז דאָס האָבן זיך אויסגעמישט צװיי באַזונדערע װערטער. מאַקס װײַנרײַכס השערה, װאָס טייל, אָבער נישט אַלע, קענערס זענען מיט אים מסכּים, איז דאָס, אַז „סלאַװ״ נעמט זיך פֿון slovo („װאָרט״ אויף די סלאַװישע לשונות). אַ ראַיה דערפֿון איז דאָס, װאָס בײַ די סלאַװן הייסן די דײַטשן, אַ שטייגער, אויף פּויליש Niemcy, וואָס דאָס נעמט זיך, אַ פּנים, פֿון niemy — „שטום“. וואָלטן די סלאַוון געווען די רעדערס, און די פֿרעמדע — די שטומע.
מיט וואָס זשע איז דאָס שייך צו ייִדן?
כּידוע האָבן ייִדן אַריבערגעטראָגן תּנכישע נעמען אויף אייראָפּעיִשע לענדער, למשל: „אַשכּנז“ איז דאָך „דײַטשלאַנד״, נאָר מע ווייסט נישט פֿאַר וואָס. ווען, אָבער, די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַזעצט צווישן סלאַוון (טשעכן), לאַנג איידער די אַשכּנזים האָבן זיך געלאָזט אין וועג אויף מיזרח, האָבן זיי די טשעכישע לענדער אָנגערופֿן „כּנען“. ווײַנרײַך ווייסט דאָס אויפֿצוקלערן אַזוי: ס׳וואָרט „שקלאַף“ איז זיך טאַקע צונויפֿגעפֿאַלן מיטן וואָרט „סלאַוו“. אַזוי ווי אין בראשית שטייט, אַז נחס אייניקל כּנען איז פֿאַרשאָלטן געװאָרן און װעט אייביק בלײַבן אַ שקלאַף, איז אויף לשון־קודש אויפֿגעקומען די פֿראַזע „עבֿד כּנעני״. איז דאָס לאַנד פֿון די סלאַוון געװאָרן „ארץ כּנען״.
נו, איז די מעשׂה אַ גאַנץ פֿאַרוויקלטע. נאָר אַ דאַנק דעם רבונו של עולם זענען מיר מער נישט קיין שקלאַפֿן בײַ פּרעהן אין מצרים, מיר זענען פֿרײַע מענטשן, און אַז ס׳האָט זיך שוין געענדיקט דער יום־טובֿ, זענען מיר שוין אויך באַפֿרײַט פֿון עסן מצה. זאָל לעבן דער חמץ!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.