דער זשאַנער פֿון יזכּור־בוך, אַ זאַמלונג פֿון זכרונות װעגן אַ ייִדישן שטעטל, איז געװען פֿאַרשפּרײט אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור צווישן די 1940ער און 1960ער יאָרן, בפֿרט אין אַמעריקע און ישׂראל. יעדעס בוך איז געװען אַ מין ליטעראַרישע מצבֿה פֿון אַ ייִשובֿ אין מיזרח־אײראָפּע, װאָס איז פֿאַרטיליקט געװאָרן אינעם חורבן. כּסדר זײַנען זײ אָנגעשריבן און רעדאַגירט געװאָרן דורך אַקטיװע יחידים, װאָס האָבן גענומען אױף זיך דאָס אחריות אָפּצוהיטן דעם קאָלעקטיװן זכּרון פֿון זײער אַלטער הײם.
יזכּור־ביכער זײַנען ניט געװען קײן װיסנשאַפֿטלעכע פּובליקאַציעס, און הגם זײ פֿאַרמאָגן אַ שלל מיט װערטיקע מאַטעריאַלן, זײַנען זײ צומאָל ניט קײן פֿאַרלאָזלעכע היסטאָרישע מקורים. זײ האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס אין דעם, װאָס איז געשען אױפֿן אָרט נאָכן חורבן: פֿאַר זײ איז דאָס שטעטל מער ניטאָ. אָבער ניט נאָר ייִדן געדענקען דאָס פֿאַרגאַנגענע. די אָרטיקע תּושבֿים, און צװישן זײ — צומאָל אױך אַ קלײנע צאָל ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אָדער זיך אומגעקערט פֿון עװאַקואַציע, האָבן זײערע אײגענע אָרטיקע זכרונות װעגן דער צײַט, װען זײער שטעטל איז נאָך געװען אַ ייִדישס. די דאָזיקע דערצײלונגען װערן איבערגעגעבן פֿון אײן דור צום צווייטן, און שפּילן אַ װיכטיקע ראָלע אין דער אָרטיקער אידענטיטעט.
דער מאָסקװער צענטער פֿאַר שטודירן ייִדישע ציװיליזאַציע, „ספֿר‟, פֿירט שױן עטלעכע יאָר אַ פֿאָרשערישן פּראָיעקט װעגן די אָרטיקע זכרונות אין אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך פֿון רוסלאַנד, װײַסרוסלאַנד, ליטע, לעטלאַנד, אוקראַיִנע, און מאָלדאָװע. יעדעס יאָר פֿאָרן פֿאָרשערישע עקספּעדיציעס אין עטלעכע שטעטלעך, װוּ זײ זאַמלען מאַטעריאַלן אױפֿן אָרט. שפּעטער װערן די רעזולטאַטן פֿון די דאָזיקע פֿאָרשונגען באַאַרבעט און פֿאַרעפֿנטלעכט אין דרוק און אױף אינטערנעץ. כּסדר נעמט אַזאַ זאַמלבוך אַרײַן היסטאָרשע איבערזיכטן, עטנאָגראַפֿישע און פֿאָלקלאָרישע שטודיעס, װי אױך פּרטימדיקע באַשרײַבונגען פֿון ייִדישע בית־עלמינס אין אײן שטעטל, באַגלײט מיט בילדער, מאַפּעס און דאָקומענטן.
די נײַסטע פּובליקאַציע אין דער דאָזיקער סעריע איז געװידמעט דעם שטעטל גלובאָק אין װײַסרוסלאַנד. פֿאַר דער מלחמה איז דאָס געװען אַ װיכטיקער לאָקאַלער צענטער פֿון האַנדל אין דער װילנער געגנט פֿון פּױלן, און הײַנט איז גלובאָקאָע אַ ראַיאָן־צענטער אין װיטעבסקער געגנט פֿון װײַסרוסלאַנד. דאָס בוך באַשטײט פֿון פֿיר טײלן: „איבערזיכטן פֿון געשיכטע און קולטור‟, „דער לאָקאַלער טעקסט פֿונעם שטעטל‟, „שטימען פֿון גלובאָק‟ און „דער גלובאָקער בית־עולם‟. װי אַ בײַלאַגע געפֿינט מען סטאַטיסטישע און דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן װעגן דעם ייִדישן לעבן אין גלובאָק פֿאַרן חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.