וווּדי אַלענס „אַני האָל‟ — 40 יאָר אַלט

Woody Allen's "Annie Hall" Turns 40


פֿון עדי מהלאל

Published May 07, 2017, issue of May 26, 2017.

אין 1977 איז דער פֿילמאָגראַף וווּדי אַלען געוואָרן אַ סענסאַציע אין דער קינאָוועלט, אַ דאַנק זײַן געווינען די העכסטע שבהעכסטע בכּבֿודיקע פּריזן. זײַן פֿילם „אַני האָל‟, וואָס ער האָט רעזשיסירט, געשפּילט די הויפּט־ראָלע, און מיטגעשריבן דעם סצענאַר, האָט געוווּנען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם, בעסטן רעזשיסאָר, בעסטן סצענאַר און דער בעסטער אַקטריסע (צו דײַען קיטן). אַלען איז דעמאָלט געווען אַ ביסל עלטער ווי 40 יאָר.

פֿאַר דעם האָט זיך אַלען באַרימט געמאַכט ווי אַ „סטענד־אַפּ‟ קאָמיקער און דורך זײַנע פֿילם־קאָמעדיעס, ווי „באַנאַנעס‟ (1971) און „סליפּער‟ (1973). זײַן הומאָר האָט זיך תּמיד אויסגעצייכנט מיט זײַן שאַרפֿקייט. אויפֿוואָקסנדיק אין ברוקלין מיט טאַטע־מאַמע, ביידע פֿונעם ערשטן דור אַמעריקאַנער (די באָבע־זיידעס זענען געקומען פֿון מיזרח־אייראָפּע), איז זײַן הומאָר אויך געווען אָנגעפּיקעוועט מיט עלעמענטן פֿון ייִדישן הומאָר, וואָס ער האָט על־פּי־רובֿ שעפֿעריש באַאַרבעט און באַנײַט. עס דערמאָנט זיך, למשל, די סצענע אין דער פֿאַקטאַזיע „סליפּער‟, וווּ אינעם צוקונפֿטדיקן יאָר 2173 טרעפֿט זיך אַלענס געשטאַלט מיט צוויי ייִדישע שנײַדער־ראָבאָטן, וואָס פּראָבירן אים פֿאַרקויפֿן אַ זשאַקעט, רעדנדיק מיט אַ שטאַרקן ייִדישן אַקצענט.

אין די פֿילמען האָט זיך פֿאָרמירט אַלענס „פֿילם־פּערסאָנאַ‟ ווי דער שטענדיקער ייִדישער שלומיאל, פֿיזיש שוואַך, מיט געלע האָר און ברילן, אַ לא־יוצלח אין אַלגעמיין. אָבער ווי געלונגען די דאָזיקע קאָמעדיעס זאָלן נישט זײַן, האָבן זיי נישט געקאָנט דראַמאַטיש איבערמאַכן אַלענס קאַריערע און אים באַערן מיט בכּבֿודיקע פּריזן. די פֿילם־אַקאַדעמיע האַלט נישט כּידוע אַזוי פֿיל פֿון סתּם קאָמעדיעס. האָט ער געדאַרפֿט שאַפֿן אַ ראָמאַנטישע דראַמע־קאָמעדיע מיט אַ סך אויטאָביאָגראַפֿישע עלעמענטן צו באַקומען די דאָזיקע אָנערקענונג און כּבֿוד. האָט ער געדאַרפֿט „אַני האָל‟.

דער „אַלען‟־געשטאַלט אינעם פֿילם, וואָס הייסט אַלווי זינגער, אַרבעט ווי אַ קאָמיקער, און האָט נישט קיין געראָטענע באַציִונגען מיט פֿרויען. די דראַמע איז נישט כראָנאָלאָגיש געבויט, נאָר גיכער דורך אַ סעריע פֿון זינגערס אַסאָציאַטיווע זכרונות, וואָס האָבן בעיקר צו טאָן מיט זײַן ראָמאַן מיט אַני, אַ שיקסע פֿון מיטל־מערבֿידקער אַמעריקע, אָדער ווי מע רופֿט בלע״ז — אַ „וואַספּ‟. פֿריִער איז זינגער געווען צוויי מאָל אַ באַווײַבטער מיט ייִדישע פֿרויען. זײַן באַקענען זיך מיט דער שיקסע ליגט אין צענטער פֿונעם פֿילם, הגם ער איז כּולל אַלע אַנדערע טעמעס וואָס זענען בשעתּו די אַמעריקאַנער ייִדן נאָענט צום האַרצן: אַנטיסעמיטיזם, ייִדן אין „שאָו־ביזנעס‟, ייִדן אין פּאָליטיק (אָדער ייִדישע פּאָליטיק) און אין דער אַקאַדעמישער וועלט (און בכלל די ייִדישע אינטיליגענץ), די צענטראַלע ראָלע פֿון די פּסיכאָאַנאַליטיקערס אין ייִדישן לעבן (ווי מאָדערנע רבנים), און נאָך.

זײַן ערשטע פֿרוי, אַליסאָן, איז געווען אַ פּאָליטישע אַקטיוויסטקע פֿון די ייִדישע לינקע קרײַזן, נישט פֿון קיין רײַכן הינטערגרונט. זײַן צווייטע פֿרוי באַלאַנגט צו דער ייִדישער אינטיליגענציע, וואָס פּובליקירט ביכער און אַרטיקלען אין אָנגעזעענע פּובליקאַציעס ווי „ניו־יאָרקער מאַגאַזין‟ און „קאָמענטערי‟. ביידע סיטואַציעס גיבן זינגערן אַ געלעגנהייט אָפּצולאַכן פֿון די ייִדישע פּאָליטישע און אַקאַדעמישע סבֿיבֿות. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון פֿילם רעדט זינגער דירעקט צום עולם, ציטירנדיק גראַוטשאָ מאַרקס: „כ׳וואָלט קיינמאָל נישט געוואָלט זײַן קיין מיטגליד פֿון אַ קלוב וואָס לאָזט מיך אַרײַן‟. זעלבסט־האַס? אפֿשר. אַ גוטער מאָס פֿון איראָנישן הומאָר? אָן שום ספֿק.

ווי געזאָגט שפּילט דער ראָמאַן פֿונעם ייִדישן מאַן מיט דער שיקסע דעם הויפּט־מאָטיוו, אַ טעמע וואָס איז שוין פֿריִער אויסגעפֿאָרשט געוואָרן אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. אין איין סצענע פּראָבירט די פּאָר, אָן הצלחה, צו קאָכן אַ ים־שרץ, און ס׳איז קלאָר ווי אומוויסנדיק איז זינגער מיטן גאַנצן ענין. איידער זינגער קומט צו גאַסט צו אַניס משפּחה אויף פּאַסכע, וואָרנט זי אים אַז איר באָבע גלייבט אַז די איינציקע זאַך וואָס ייִדן טוען איז מאַכן געלט.

זינגערס באַזוך בײַ אַניס משפּחה האָט פּראָדוצירט איינע פֿון די באַקאַנטסטע און קאָמישסטע סצענעס אין פֿילם בכלל. אַלע בײַם טיש לויבן דער באָבעס שינקע. זינגער פֿילט זיך מחויבֿ צו טאָן די זעלבע, זאָגט ער: „יאָ, ס׳איז אַ שינקע אַזוינס און אַזעלעכס!‟ די אַנטיסעמיטישע באָבע קוקט אויף אים מיט אַזאַ ביטול, אַז עס דאַכט זיך אים אַז זי זעט אין אים בלויז דעם געטאָ־ייִד, דעם פֿרומען ייִד מיט די לאַגע פּאות.

באַלד צעשפּאַלט זיך דער עקראַן, וואָס פֿאַרגלײַכט אַניס גויִישע משפּחה מיט זינגערס אייגענער משפּחה, בשעת מע זיצט אַרום טיש. איין משפּחה רעדט שטיל וועגן גיין אײַנקויפֿן און שיפֿלען זיך, און די צווייטע רעדט בקולי־קולות וועגן צוקערקרענק און טויט.

ס׳איז אמת אַז „אַני האָל‟ מאַכט חוזק, אין אַ געוויסן מאָס, פֿון ייִדישקייט און זײַנע ייִדישע וואָרצלען, אָבער ער שטעלט נישט פֿאָר די ווײַסע־קריסטלעכע ווי אַ געזונטער אַלטערנאַטיוו (און עס אַנטפּלעקן זיך טאַקע נישט ווייניק צרות בײַ איר משפּחה). קיין צד ווערט דאָ נישט אידעאַליזירט.

נישט געקוקט אויף דעם אַז „אַני האָל‟ איז געשאַפֿן געוואָרן מיט 40 יאָר צוריק, איז ער אין אַ גרויסן מאָס געבליבן שײך. ער האָט באַאײַנפֿלוסט אַ סך אַנדערע שאַפֿונגען, און ער גיט אַ שיין בילד פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.