(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין קבלה און ספֿרי־חסידות ווערט פּרטימדיק דערקלערט, אַז אין דער אמתן שטעקט אין דער ספֿירת־העומר גאָר אַ טיפֿער רוחניותדיקער באַדײַט. יעדער טאָג צווישן פּסח און שבֿועות ווערט אַסאָציִיִרט מיט אַ געוויסער מידה, וואָס מיר דאַרפֿן שטרעבן מתּקן צו זײַן אין זיך און אין דער אַרומיקער וועלט, כּדי זיך צוצוגרייטן, ווי געהעריק, צו דער קומענדיקער מתּן־תּורה. יעדעס יאָר גיט אונדז דער אייבערשטער פֿון ס׳נײַ די הייליקע תּורה אויף אַ נײַער מדרגה. דאָס ספֿירה־ציילן איז דער אויסערלעכער אויסדרוק פֿון אונדזער בהדרגהדיקן וועג צום פּערזענלעכן באַרג סיני. אינעם חשבון שפּיגלט זיך אָפּ דער טעכנישער רעזולטאַט פֿון אונדזער אינערלעכער אַרבעט איבער זיך.
אַזוי צי אַזוי, איז די „מעכאַנישקייט‟ פֿונעם ציילן בלויז אַן אילוזיע. יעדן טאָג באַנוצן מיר זיך מיט די זעלבע ווערטער און אויסדרוקן. געוויסע ענינים, געוויינטלעך סענסיטיווע און עמאָציאָנעלע, ווערן כּסדר איבערגעחזרט אין אומצאָליקע לידער און ליטעראַרישע ווערק, נישט־קלינגענדיק נודנע און דערעסנדיק. אַ מאַטעמאַטיש געשטימטער מענטש ווייסט, אַז יעדע צאָל טראָגט אין זיך אַ געוויסן אוניקאַלן חן. למשל, ווי עס ווערט באַמערקט אין אַ ריי קבלה־ספֿרים, האָט דער באַשעפֿער געשאַפֿן די וועלט דווקא אין זעקס טעג, ווײַל אין דער צאָל זעקס שטעקט אַ באַזונדער שלימות; זעקס טיילט זיך אויף איינס, צוויי און דרײַ; בסך־הכּל באַקומט זיך ווידער זעקס (1+2+3=6). די צאָל זיבן איז אָבער אַ פּשוטע, וואָס לאָזט זיך דווקא נישט טיילן. אין דער דאָזיקער כאַראַקטעריסטיק שטעקט אויך אַן אַנדער מין שלימות, וואָס איז מרמז אויף דער מעלה פֿונעם הייליקן יום־השבת.
נישט צופֿעליק איז דער ל״ג־בעומר דווקא דער 33סטער טאָג פֿון דער ספֿירה, וואָס פֿאַלט אויס דעם 18טן טאָג פֿונעם חודש אייר שטימט מיט דער מידה „הוד־שבהוד‟, אַסאָציִיִרט מיט ענווה און ביטול — „צעשווענקטקייט‟ אינעם געטלעכן ליכט. ל״ג־בעומר ווערט אַסאָציִיִרט מיטן יאָרצײַט פֿון רבי שמעון בר יוחאי און, ממילא, מיט זײַן פּערזענלעכקייט. רבי שמעון האָט געזאָגט וועגן זיך: „אנא סימנא בעלמא‟, אַז ער איז „בלויז אַ סימן אין דער וועלט‟. זײַענדיק אינגאַנצן „צעלאָזט‟ אין געטלעכקייט, האָט ער זיך נישט געפֿילט ווי אַ באַזונדערער מענטש.
די מאַטעמאַטישע סימעטריע פֿון דער פּאָזיציע, וואָס ל״ג־בעומר פֿאַרנעמט צווישן די ספֿירה־טעג, איז מרמז אויף רבי שמעון בר יוחאיס הויכער רוחניותדיקער מדרגה. מע קאָן זאָגן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, וואָס טראָגט באַקאַנטע אייגענע נעמען, איז ל״ג־בעומר טאַקע אַ „סימנא בעלמא‟: בלויז אַ געוויסער נומער אינעם חשבון פֿון ספֿירתּ־העומר. הײַנט ווערט דער דאָזיקער טאָג אָפֿט געפּראַוועט אין שײַכות מיט רבי שמעון און קבלה. אין אַ ריי אַלטע ספֿרים ווערט אָבער ל״גּ־בעומר אַסאָציִיִרט מיט פֿאַרשיידענע אַסטראָנאָמישע און מיסטיש־מאַטעמאַטישע ענינים – בלויז ווי אַ ספּעציפֿישער נומער אינעם לוח.
אונדזער פּרשה הייסט „אמור‟ — „זאָג‟ — און הייבט זיך אָן מיט די פֿאָלגנדיקע ווערטער: „ויאמר ה׳ אל משה, אמור אל הכּהנים בני אַהרן; ואמרת אליהם לנפֿש לא יטמא בעמיו‟; עטלעכע מאָל ווערט דאָ אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים דערמאָנט דאָס וואָרט „זאָגן‟. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל אָנזאָגן די כּהנים, זאָגנדיק זיי, אַז זיי טאָרן נישט אָנרירן אַ טויטן. די תּורה איז אונדז מרמז, אַז דער כּוח פֿונעם וואָרט איז זייער מעכטיק. אַזוי ווי אַ קאָנטאַקט מיט אַ מת אָדער, פֿאַרקערט, די באַזונדערע קדושה פֿון אַ כּהן, קאָן אַ פּשוט וואָרט אויפֿלעבן אַ מענטש אָדער, חלילה, גורם זײַן אַ גאַנצן חורבן.
יעדער טאָג אין לעבן איז אַן אוניקאַלער, אויב אַפֿילו ער קליגנט בלויז ווי אַ נײַע דאַטע אינעם קאַלענדאַר. אַזוי ווי אַ כּהן, וואָס פֿירט אויס אַ ספּעציפֿישע ראָלע אין דער וועלט, קאָנען מיר יעדן טאָג אַנטדעקן און אויספֿירן אַ נײַע גײַסטיקע אויפֿגאַבע. הגם די ספֿירת־העומר מעג אויסזען ווי אַ מעכאַנישע רוטין, דערמאָנט אונדז די דאָזיקע מיצווה, אַז דאָס רעכענען יעדן טאָג אַ נײַעם שטאַפּל אויפֿן וועג פֿון יציאת־מצרים צו דער מתּן־תּורה, און אַז אונדזער לעבן חזרט זיך, אין דער אמתן, קיינמאָל נישט איבער; אַדרבה, אַנטוויקלט זיך יעדער מאָמענט אויף נײַע אופֿנים, ברענגענדיק נײַע חידושים און חשבונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.