פּראָגראַם אין תּל־אָבֿיבֿ לזכר דעם 100סטן יאָרצײַט פֿון מענדעלע

Program in Tel Aviv to Mark Mendele's 100th Yahrzeit


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 19, 2017, issue of May 26, 2017.

די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — שלום־עליכם (שלום ראַבינאָוויטש), יצחק לייבוש־פּרץ און מענדעלע מוכר־ספֿרים (שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש) — זענען אַלע געשטאָרבן במשך פֿון צוויי יאָרן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. ניט געקוקט אויף דעם וואָס מענדעלע איז געווען מיט אַ דור עלטער פֿון פּרץ און שלום־עליכם, איז ער געווען דער לעצטער צו שטאַרבן; געלעבט האָט ער ביז דעצעמבער 1917. הייסט עס אַז אַזוי ווי פֿאַראַיאָרן, ווען די ייִדיש־וועלט האָט אָפּגעמערקט דעם הונדערטסטן יאָרצײַט פֿון שלום־עליכמען און 2015, ווען מע האָט אָפּגעמערקט דעם יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרצן, וועלן ייִדן איבער דער וועלט הײַיאָר דורכפֿירן יאָרצײַט־אַקאַדעמיעס און קאָנפֿערענצן לזכר מענדעלען.

אין ישׂראל טוט עס די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟. אין דער פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן ד׳׳ר מרדכי יושקאָווסקי און ד׳׳ר רוחמה אלבג מיט רעפֿעראַטן. ד׳׳ר יושקאָווסקי וועט רעדן אויף דער טעמע „מענדעלע מוכר־ספֿרים — דער באַנײַער‟ און ד׳׳ר אלנג וועט רעפֿערירן וועגן די ערטער וווּ מענדעלע, ווי אויך זײַנע ליטעראַרישע העלדן, האָבן געוווינט. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט ד׳׳ר קאַראָל פֿעלדמאַן אויפֿטרעטן מיט אַ ריי ליטעראַרישע רעציטאַציעס פֿון מענדעלעס ווערק, און דער טריִאָ „די גאָלדענע פּאַווע‟ וועט פֿאָרשטעלן אַ ציקל לידער. ד׳׳ר שׂרה זיו, די פֿאָרזיצערין פֿון דער אינסטאַנץ, וועט אויך באַגריסן דעם עולם.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 11טן יוני, 7:30 אין אָוונט בײַם „בית יד־לבֿנים‟ אין תּל־אָבֿיבֿ (63 פּנקס־גאַס). דער אײַנטריט פֿאַר דער פּראָגראַם איז בחינם אָבער מע דאַרף זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער, אָדער אויפֿן אַדרעס Yiddish@Yidreshut.co.il, אָדער דורכן אָנקלינגען 03-6006325.