געלע פֿישמאַן ע״ה — אַ קעמפֿערין פֿאַרן כּבֿוד פֿון ייִדיש

Gella Fishman Fought Hard for the Dignity of Yiddish


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 28, 2017, issue of May 26, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

געלע איז געווען, ווי רייזען און טשערניכאָוו, אַ „מאַקסימאַליסט‟ אין שײַכות מיט ייִדיש. דאָס וואָרט מאַקסימאַליזם געפֿינט מען אין אַ סך געביטן: ס׳איז פֿאַראַן אַן אַרטיסטישער מאַקסימאַליזם; אַ מאַרקסיסטישער, אַ טעאָלאָגיש־אַרכעאָלאָגישער און אַ פּאָליטישער. אָבער בײַ מײַן טאַטן, מרדכי שעכטער, הייסט עס — ווי עס דערקלערט דער לינגוויסט דוד בראַון — דאָס באַניצן ייִדיש אין אַלע מעגלעכע קאָנטעקסטן פֿון אַ ייִדנס לעבן, און דאָס קולטיווירן ייִדיש פֿאַר אַזעלכע קאָנטעקסטן.

מיט אַנדערע ווערטער: נישט פּריידיקן די ווערט פֿון ייִדיש בלויז פֿאַר דער געשיכטע און פֿאַרן אַמאָליקן ייִדישן מיזרח־אייראָפּע; נישט באַניצן ייִדיש נאָר פֿאַר קאָנצערטן און ליטעראַרישע אָוונטן וואָס זענען אין תּוך בלויז צערעמאָניאַלע סיטואַציעס, נאָר טאַקע רעדן דאָס לשון וויפֿל מע קען, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם באַנוץ פֿון ייִדיש אין די ווײַטערדיקע דורות.

דער מאַקסימאַליזם פֿאָדערט אַז מע דאַרף ווײַטער באַניצן ייִדיש, אַפֿילו ווען ס׳איז נישט תּמיד גרינג אָדער באַקוועם דאָס צו טאָן. 

געלע האָט זיכער געוווּסט, אַז ווען מע קריטיקירט אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע פֿאַר האָבן „פֿאַרלאָזט‟ די ייִדישע שפּראַך, וועלן די פֿירער און אַדמיניסטראַטאָרן נישט זײַן צופֿרידן און וועלן מסתּמא גאָר נישט בײַטן. אָבער דאָס הייסט נישט אַז מע זאָל נישט פּרוּװן פּועלן בײַ זיי סײַ װי סײַ. פֿאַר אַלץ אין דער װעלט איז הײַנט דאָ אַ „לאָבי״, אַ שתּדלנות־גרופּע. פֿאַר װאָס זאָל מען זיך נישט אויך משתּדל זײַן פֿאַר ייִדיש?

מיט דעם מיין איך נישט, אַז מע דאַרף מאַכן אַ ויצעקו, נאָר אויף אַ שטילן אופֿן קען מען פֿאָרט ווײַזן דער וועלט, אַז דאָס רעדן ייִדיש איז אַן עיקר־זאַך. למשל:

  1. ווען איר זעט זיך מיט אַ צווייטן ייִדיש־קענער, מיט וועמען איר האָט יאָרן לאַנג גערעדט בלויז ענגליש (אָדער אַן אַנדער שפּראַך), הייבט אָן רעדן ייִדיש. אויב סע קומט אויס מאָדנע, הייבט אָן פּאַמעלעך: באַפֿעפֿערט אײַער ענגליש מיט אַלץ מער ייִדישע אויסדרוקן און זאַצן, ביז איר געוויינט זיך ביידע צו. יענער וועט מסתּמא הנאה האָבן וואָס איר האָט גענומען די איניציאַטיוו, בפֿרט אויב ער האָט אויך ליב מאַמע־לשון.

  2. פֿון צײַט צו צײַט, קאָמענטירט אויף פֿייסבוק אויף ייִדיש — אָדער מיט ייִדישע אותיות, אָדער לאַטײַנישע. אויב אַ לייענער בעט בײַ אײַך אַן איבערזעצונג, קענט איר עס צוגעבן.

  3. בײַם באַגריסן דעם עולם אויף אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג, וווּ ס׳רובֿ מענטשן קענען ייִדיש, לאָזט וויסן (אויף ענגליש) אַז איר ווילט צו ערשט זאָגן אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש. די וואָס קענען נישט קיין ייִדיש וועלן אײַך מוחל זײַן.

  4. אויב איר מאַכט אַ מאָל ווידעאָס מיט אײַער סמאַרטפֿאָן, מאַכט איינעם אויף ייִדיש, און שטעלט עס אַרויף אויף „יוטוב‟. ס׳קען זײַן אַ שמועס מיט אַ צווייטן ייִדיש־רעדער, אָדער אַ קורסל (tutorial), אויף וואָס פֿאַר אַ געביט איר זענט פֿעיִק: ווי צו פֿאַרריכטן אַ וואַשמאַשין; פֿיזישע געניטונגען אָפּצושוואַכן אַ ווייטיק אין די קריזשעס, אָדער ווי צו קאָכן אַ געוויס מאכל. לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן די אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, וועט איר ווײַזן נישט בלויז דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם, נאָר אויך די נישט־ייִדיש־רעדער, אַז ייִדיש איז אײַך ליב און טײַער.

געלע איז טאַקע יאָרן לאַנג געווען אַ שתּדלן פֿאַר ייִדיש. ווער וועט עס איצט טאָן, אַז זי איז צווישן אונדז שוין מער נישטאָ?

מיר אַלע.