מיט אַ צוויי יאָר צוריק האָט געלע פֿישמאַן, די לאַנגיאָריקע ייִדיש־טוערין וואָס איז דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש ניפֿטר געוואָרן צו 90 יאָר, מיר אָנגעקלונגען אַרום 10 אַ זייגער אין אָוונט און געזאָגט מיט אַ פֿאַרזאָרגט קול: „ווי קען זײַן אַז דער ייִוואָ שיקט איצט אַרויס בריוו אָן אַ ייִדיש וואָרט?‟
כאָטש איך באַקום די זעלבע בריוו וואָס זי, האָב איך טאַקע נישט באַמערקט אַז די בריוו זענען מער נישט צוויישפּראַכיק. איך האָב זי געפּרוּווט באַרויִקן, אַז ס׳איז זיכער נישט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר מסתּמא ווײַל אינעם פּערסאָנאַל געפֿינט זיך מער נישט קיינער וואָס זאָל קענען אָנשרײַבן אָדער אויסקלאַפּן אַ בריוו אויף ייִדיש.
„נו, איז וואָס?‟ האָט זי געענטפֿערט. „דאַרפֿן זיי געפֿינען אַ מענטשן. אויב נישט איבערזעצן דעם גאַנצן בריוו אויף ייִדיש, זאָל זײַן כאָטש אַ טייל דערפֿון.‟
„אָבער געלע, די לעקציעס וואָס די בריוו רעקלאַמירן זענען סײַ ווי אויף ענגליש,‟ האָב איך געזאָגט. „ס׳רובֿ פֿון די לעקטאָרן קענען נישט גענוג ייִדיש צו האַלטן אַ לעקציע אויף דער שפּראַך, און אַפֿילו ווען יאָ, ווייסן אַלע, אַז ווען די לעקציעס זענען אויף ענגליש קען מען צוציִען אַ גרעסערן עולם.‟
„יאָ, אָבער דאָ רעדט זיך נישט וועגן סתּם אַן אָרגאַניזאַציע, נאָר וועגן דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, וואָס מאַקס ווײַנרײַך האָט געגרינדעט,‟ האָט זי געטענהט. און דערנאָך האָט זי צוגעגעבן: „אַפֿילו אויב די לעקציעס זענען אויף ענגליש, מעג דער בריוו זײַן אויף ביידע שפּראַכן ווײַל דאָס וועט ווײַזן דער וועלט, אַז די ייִדישע שפּראַך איז פֿאָרט אַ טייל פֿון ייִוואָס אידענטיטעט.‟
מיט דעם האָב איך טאַקע מסכּים געווען און כ׳האָב געמוטיקט געלען אָנצושרײַבן אַ בליצבריוו אין ייִוואָ וועגן דעם. צי זי האָט דעם בריוו טאַקע אָנגעשריבן און אַוועקגעשיקט ווייס איך נישט, אָבער אירע ווערטער ליגן מיר נאָך אין קאָפּ ווײַל אין תּוך אַרײַן — איז זי גערעכט. סימבאָליק איז וויכטיק.
בײַ מיר איז געלע געווען דער מוסטער פֿון אַן אמתן ייִדישיסט, כאָטש זי האָט נישט געוואָלט מע זאָל איר געבן אַזאַ טיטל. ווען נאָר זי האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מענטש וואָס קען ייִדיש, אַפֿילו אויב ער אָדער זי איז נישט געווען פֿליסיק, האָט זי גערעדט אויף ייִדיש. ווען זי האָט גערעדט פֿאַר אַ געמישטן עולם (דאָס הייסט, פֿון ייִדיש־ און נישט־ייִדיש־רעדער), האָט זי אַ טייל פֿון דער רעדע געהאַלטן אויף ייִדיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק, בעת אַ הזכּרה אָפּצומערקן מײַן מאַמעס ערשטן יאָרצײַט בײַ מיר אין דער היים, האָב איך דעמאָלט פֿאַרן עולם געגעבן אַ דבֿר־תּורה אויף ענגליש, ווײַל ס׳רובֿ פֿונעם עולם האָט נישט געקענט קיין ייִדיש. ווען איך האָב געענדיקט און יעדער איז געגאַנגען נעמען כּיבוד, האָט געלע מיך שטילערהייט געבעטן צי זי קען זאָגן אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש ווײַל „ס׳פּאַסט נישט אַז אויף אַ שעכטערס אַ יאָרצײַט זאָל מען נישט באַגריסן דעם עולם אויף ייִדיש‟. נו, וואָס האָב איך געקאָנט זאָגן? האָב איך צוריקגערופֿן דעם עולם צו זייערע ערטער, און געלע האָט איבערגעגעבן אירע באַמערקונגען אויף מאַמע־לשון.
געלעס באַמיִונגען צו פֿאַרזיכערן, אַז ייִדישע אינסטיטוציעס און ייִדיש־רעדער זאָלן עפֿנטלעך באַניצן די ייִדישע שפּראַך דערמאָנט אין די אַמאָליקע ווילנער ייִדישיסטן, וואָס האָבן זיך עקשנותדיק אַנטקעגנגעשטעלט דעם שטראָם פֿון לינגוויסטישער אַסימילאַציע. אין אַ סעריע אַרטיקלען וועגן די פֿאַרגעסענע טרעגער פֿון דער ייִדישיסטישער פֿאָן, האָט הערשל גלעזער לעצטנס געשריבן וועגן דעם לעקסיקאָגראַף און ייִוואָ־גרינדער זלמן רייזען, וואָס האָט אָפּגעהאַלטן אַלע זײַנע רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, כאָטש די אינטעלעקטואַלן אין עולם האָבן צווישן זיך גערעדט בלויז רוסיש אָדער פּויליש, און װעגן דעם אָנגעזעענעם אַדוואָקאַט יוסף טשערניכאָוו, וואָס פֿלעגט רעדן ייִדיש אַפֿילו אין נישט־ייִדישע ערטער: אין געריכט, אין רעגירונגס־אַמטן און אין בענק, כּדי סײַ אַסימילירטע ייִדן, סײַ נישט־ייִדן זאָלן עס הערן.
געלע איז געווען, ווי רייזען און טשערניכאָוו, אַ „מאַקסימאַליסט‟ אין שײַכות מיט ייִדיש. דאָס וואָרט מאַקסימאַליזם געפֿינט מען אין אַ סך געביטן: ס׳איז פֿאַראַן אַן אַרטיסטישער מאַקסימאַליזם; אַ מאַרקסיסטישער, אַ טעאָלאָגיש־אַרכעאָלאָגישער און אַ פּאָליטישער. אָבער בײַ מײַן טאַטן, מרדכי שעכטער, הייסט עס — ווי עס דערקלערט דער לינגוויסט דוד בראַון — דאָס באַניצן ייִדיש אין אַלע מעגלעכע קאָנטעקסטן פֿון אַ ייִדנס לעבן, און דאָס קולטיווירן ייִדיש פֿאַר אַזעלכע קאָנטעקסטן.
מיט אַנדערע ווערטער: נישט פּריידיקן די ווערט פֿון ייִדיש בלויז פֿאַר דער געשיכטע און פֿאַרן אַמאָליקן ייִדישן מיזרח־אייראָפּע; נישט באַניצן ייִדיש נאָר פֿאַר קאָנצערטן און ליטעראַרישע אָוונטן וואָס זענען אין תּוך בלויז צערעמאָניאַלע סיטואַציעס, נאָר טאַקע רעדן דאָס לשון וויפֿל מע קען, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם באַנוץ פֿון ייִדיש אין די ווײַטערדיקע דורות.
דער מאַקסימאַליזם פֿאָדערט אַז מע דאַרף ווײַטער באַניצן ייִדיש, אַפֿילו ווען ס׳איז נישט תּמיד גרינג אָדער באַקוועם דאָס צו טאָן.
געלע האָט זיכער געוווּסט, אַז ווען מע קריטיקירט אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע פֿאַר האָבן „פֿאַרלאָזט‟ די ייִדישע שפּראַך, וועלן די פֿירער און אַדמיניסטראַטאָרן נישט זײַן צופֿרידן און וועלן מסתּמא גאָר נישט בײַטן. אָבער דאָס הייסט נישט אַז מע זאָל נישט פּרוּװן פּועלן בײַ זיי סײַ װי סײַ. פֿאַר אַלץ אין דער װעלט איז הײַנט דאָ אַ „לאָבי״, אַ שתּדלנות־גרופּע. פֿאַר װאָס זאָל מען זיך נישט אויך משתּדל זײַן פֿאַר ייִדיש?
מיט דעם מיין איך נישט, אַז מע דאַרף מאַכן אַ ויצעקו, נאָר אויף אַ שטילן אופֿן קען מען פֿאָרט ווײַזן דער וועלט, אַז דאָס רעדן ייִדיש איז אַן עיקר־זאַך. למשל:
ווען איר זעט זיך מיט אַ צווייטן ייִדיש־קענער, מיט וועמען איר האָט יאָרן לאַנג גערעדט בלויז ענגליש (אָדער אַן אַנדער שפּראַך), הייבט אָן רעדן ייִדיש. אויב סע קומט אויס מאָדנע, הייבט אָן פּאַמעלעך: באַפֿעפֿערט אײַער ענגליש מיט אַלץ מער ייִדישע אויסדרוקן און זאַצן, ביז איר געוויינט זיך ביידע צו. יענער וועט מסתּמא הנאה האָבן וואָס איר האָט גענומען די איניציאַטיוו, בפֿרט אויב ער האָט אויך ליב מאַמע־לשון.
פֿון צײַט צו צײַט, קאָמענטירט אויף פֿייסבוק אויף ייִדיש — אָדער מיט ייִדישע אותיות, אָדער לאַטײַנישע. אויב אַ לייענער בעט בײַ אײַך אַן איבערזעצונג, קענט איר עס צוגעבן.
בײַם באַגריסן דעם עולם אויף אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג, וווּ ס׳רובֿ מענטשן קענען ייִדיש, לאָזט וויסן (אויף ענגליש) אַז איר ווילט צו ערשט זאָגן אַ פּאָר ווערטער אויף ייִדיש. די וואָס קענען נישט קיין ייִדיש וועלן אײַך מוחל זײַן.
אויב איר מאַכט אַ מאָל ווידעאָס מיט אײַער סמאַרטפֿאָן, מאַכט איינעם אויף ייִדיש, און שטעלט עס אַרויף אויף „יוטוב‟. ס׳קען זײַן אַ שמועס מיט אַ צווייטן ייִדיש־רעדער, אָדער אַ קורסל (tutorial), אויף וואָס פֿאַר אַ געביט איר זענט פֿעיִק: ווי צו פֿאַרריכטן אַ וואַשמאַשין; פֿיזישע געניטונגען אָפּצושוואַכן אַ ווייטיק אין די קריזשעס, אָדער ווי צו קאָכן אַ געוויס מאכל. לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן די אונטערקעפּלעך אויף ענגליש, וועט איר ווײַזן נישט בלויז דעם ייִדיש־רעדנדיקן עולם, נאָר אויך די נישט־ייִדיש־רעדער, אַז ייִדיש איז אײַך ליב און טײַער.
געלע איז טאַקע יאָרן לאַנג געווען אַ שתּדלן פֿאַר ייִדיש. ווער וועט עס איצט טאָן, אַז זי איז צווישן אונדז שוין מער נישטאָ?
מיר אַלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.