(די 2 טע זײַט פֿון 3)
חיים גראַדע קומט אויפֿן לייענקרײַז
די זון איז שוין אונטערגעגאַנגען ווען חיים גראַדע האָט אָנגעקלונגען אין גלעקל. איך האָב געעפֿנט די טיר און ווי נאָר גראַדע האָט איבערגעטראָטן די שוועל איז די עלעקטריע אין הויז אויסגעגאַנגען און מיר זײַנען געבליבן זיצן פּריטשמעליעט אין דער פֿינצטער. ער איז אַריבער די שוועל, האָב איך אַ געשרײ געטאָן:
„מענדל! ס’איז מסתּמא אויסגעגאַנגען דער ׳פֿיוז׳ (עלעקטרישע פֿאַרבינדונג)! גיב אַ קוק אין ׳פֿיוז׳־קעסטל און מאַך עס צורעכט!׳‟ מאַכט מענדל: „וואָס איז אַ ׳פֿיוז׳ און ווו געפֿינט זיך עפּעס אַן עלעקריש קעסטל?‟
געוואַלד! וואָס טוט מען? בין איך שיעור נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בהלה. כ׳האָב אויף שנעל אויסגעזוכט מײַנע שבת־ליכט, זיי אָנגעצונדן און ס׳איז געוואָרן ליכטיק אין שטוב. חיים האָט געלאַכט, די געסט זײַנען געזעסן פֿאַרציטערטע. מיר האָבן גראַדען געגעבן דעם אויבן אָן און איך האָב סערווירט אַ מאָלצײַט. מיר האָבן זיך אַלע געפֿילט ווי געווינער צו האָבן צווישן אונדז אַזאַ חשובֿן גאַסט.
נאָך דער טרעפֿונג שרײַב איך אַוועק אַ דאַנק בריוועלע חיים גראַדען.
דעם 12־טן מײַ, 1968
טײַערער חיים גראַדע,
קודם אַ יישר־כּח פֿאַר אײַער אָנשטרענגונג צו קומען און זײַן אַזאַ טײַערער גאַסט בײַ אונדזער לייענקרײַז. מיר האָבן זייער אַ סך גענאָסן פֿון אײַך ווי אַ באַגײַסטערטער מענטש און שרײַבער. ווער נאָך וואָלט געקענט פֿאַר אונדז אַנטפּלעקן די סודות פֿון אײַער בוך?
מיר האָבן נאָך לאַנג געשמועסט וועגן דעם טיפֿן אײַנדרוק וואָס איר האָט אויף אונדז געמאַכט מיט אײַער דינאַמישער פּערזענלעכקייט, און מיר זײַנען שוין גרייט ווידעראַמאָל צו טרעפֿן זיך מיט אײַך. איר מוזט פֿאַרשטיין אַז פֿאַרן רובֿ ייִנגערע מענטשן איז די וועלט פֿון די מוסרניקעס לגמרי פֿרעמד, מיסטעריעז און פֿאַסצינירנדיק. דערפֿאַר זײַט איר געווען פֿאַר אונדז אַזאַ געווינס. זײַט זשע געזונט און שטאַרק און אַ שיינעם, האַרציקן דאַנק פֿאַרן קומען.
אין נאָמען פֿון דעם גאַנצן לייענקרײַז,
ווינטשן מיר אײַך אַ סך לאַנגע און שעפֿערישע יאָר,
מרים האָפֿמאַן
אין 1982 איז צו אונדזער צער חיים גראַדע ניפֿטר געוואָרן, אָבער דאָ הייבט זיך ערשט אָן די טראַגעדיע וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר שעקספּירס „האַמלעט‟.
ווען דער דײַטש האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרכאַפּן ליטע, איז חיים אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד, איבערגעלאָזט זײַן אָרעמע מאַמע און זײַן פֿרוי פֿרומע ליבטשע. די מלחמה־יאָרן האָט ער אָפּגעשמאַכט אין טאַדזשיקיסטאַן און נאָך דער מלחמה, אויפֿן וועג צוריק קיין ווילנע, האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט קײַן מאָסקווע.
אין מאָסקווע האָט ער זיך באַקענט מיטן „דיבוק‟, ווי די זשורנאַליסטקע פֿון „דזשויִש וויק‟, עלינאָר לעסטער, האָט געשילדערט גראַדעס צווייטע פֿרוי אינאַ העקער, אין איר אַרטיקעלע פֿון ערשטן מײַ, 1987.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.