װי קומט אַ ייִדישע זינגערין אַזש אין מאָנגאָליע?

What’s a Yiddish Singer Doing in Mongolia?


פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published June 04, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

װי איינער פֿון די איינציקע ייִדן אין מאָנגאָליע, איז אַמאַליען נישט אָנגעקומען גרינג אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס, אָבער דערפֿאַר האָבן אַ סך פֿון אירע מאָנגאָלישע חבֿרים איר געהאָלפֿן מיט פּראַװען יום־טובֿ. ערבֿ־סוכּות, למשל, האָט זי געפֿרעגט בײַם חב״ד־רבֿ אין אירקוצק, צי מע מעג מאַכן אַ סוכּה פֿון אַ מאָנגאָלישן יורט (אַ קײַלעכיק געצעלט בײַ די נאָמאַדן). דער רבֿ האָט געענטפֿערט, אַז מע קען און האָט איר דערקלערט װי אַזױ צו מאַכן אַ כּשרע סוכּה. אירע מאָנגאָלישע חבֿרים האָבן איר געהאָלפֿן עס צו בױען; זי האָט אָפּגעקאָכט היימישע געפֿילטע פֿיש און פֿאַרבעטן אַלעמען אין דער סוכּה. 

מאָנגאָליע קלינגט װײַט פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, אָבער בײַ אַמאַליען איז דאָ אַ משפּחה־פֿאַרבינדונג. „מיין עלטער־עלטער זײדע פֿון טאַטנס צד איז געװען אַ מאָנגאָל — האָט זי געזאָגט — און איך זע איצט, אַז איך בין נישט די איינציקע מיט אַזאַ משפּחה־געשיכטע. מיר האָבן געפֿונען אַנדערע ייִדן פֿון בעלאַרוס, װי מיין משפּחה, װאָס האָבן מאָנגאָלישע קרובֿים. אַ דאַנק די גענעטישע טעסטן, האָבן אַ צאָל אַשכּנזישע ייִדן לעצטנס אױסגעפֿונען אַז זיי זײַנען 10% מאָנגאָליש.‟ 

ס׳איז אױך דאָ אַ שטיקל איראָניע אין דעם, װײַל לױט דער מאָנגאָלישער „הלכה‟ איז מען אַ מאָנגאָל דורכן טאַטן. דערפֿאַר איז אַמאַליע בײַ אירע מאָנגאָלישע חבֿרים אַן אמתע מאָנגאָלקע, כאָטש ביידע אירע עלטערן זײַנען ייִדן, כאָטש זי איז אױפֿגעװאַקסן אין אַמעריקע און װייסט גאָרנישט װעגן איר מאָנגאָלישן עלטער־זיידן.

פֿון דעסט וועגן האָט איר וווינען אין מאָנגאָליע דווקא פֿאַרשטאַרקט איר פּערזענלעכע פֿאַרבינדונג צו ייִדישקייט. „אױף אַ סך אופֿנים בין איך געװאָרן מער שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישע דאָ אין מאָנגאָליע װי איך האָב אַ מאָל זיך געפֿילט אין ניו־יאָרק,‟ האָט זי זיך מודה געװען. „אין פֿאַרגלײַך מיט די מאָנגאָלן, װאָס האָבן פֿאַרלוירן אַזױ פֿיל פֿון זייער מאָנגאָלישקייט נאָך לאַנגע יאָרן אונטערן סאָװעטישער קאָנטראָל, האָב איך מיט מײַן ייִדישער אידענטיטעט געהאַט מער מזל.‟

אַמאַליע האַלט, אַז זי האָט אָבער יאָ פֿאַרלוירן עפּעס װיכטיקס פֿון איר ייִדישער קולטור־ירושה: איר באָבע־זײדעס מאַמע־לשון. דערפֿאַר װיל זי, נאָך עלטעכע יאָר אין טיבעט און מאָנגליע, אָנהייבן זיך לערנען ייִדיש. „מיין חלום איז צו קומען אױף אַ פּראָגראַם פֿון דער ׳ייִדיש־פֿאַרם׳ צוזאַמען מיט מיין ברודער און זײַן װײַב, כּדי אַז מיר זאָלן אַלע קענען האָבן אַ סודותדיקע שפּראַך צװישן זיך!‟

איר באַשלוס צו זינגען דאָס ליד „דער רבי אלימלך‟ אויף דער מאָנגאָלישער טעלעוויזיע איז געװען אַן ערשטער טראָט צו דערנענטערן זיך צו מאַמע־לשון, און דערפֿאַר איז זי געװען ספּעציעל צופֿרידן צו הערן װי פּאָפּולער איר װידעאָ איז געװאָרן אױפֿן „פֿאָרװערטס‟־װעבצײַטל. „איך האָב שטענדיק געהערט אַז דער ׳פֿאָרװערטס׳ איז איינע פֿון די איינציקע צײַטונגען אױף ייִדיש הײַנטיקע טעג. עס זענען מיר געקומען טרערן אין די אױגן װען איך האָב אױסגעפֿונען, אַז מיין ליד איז געװאָרן פּאָפּולער אױף איר וועבזײַט.‟ 

„מיין באָבע װאָלט געװען אַזױ שטאָלץ, װאָס איך האָב געמאַכט אַ פֿאַרבינדונג מיט אַ טײל פֿון אונדזער קולטור,‟ האָט זי געזאָגט.

צו זען אַ ווידעאָ וועגן אַמאַליעס לעבן אין מאָנגאָליע, גיט אַ קוועטש דאָ: