װי קומט אַ ייִדישע זינגערין אַזש אין מאָנגאָליע?

What’s a Yiddish Singer Doing in Mongolia?


פֿון מירע־רבֿקה קאַן

Published June 04, 2017, issue of June 29, 2017.

מיט אַ חודש צוריק האָט זיך אויף דער אינטערנעץ שטאַרק פֿאַרשפּרייט אַ ווידעאָ פֿון אַ פֿרוי וואָס זינגט דאָס ייִדישע ליד „דער רבי אלימלך‟ אױף אַ מאָנגאָלישן נוסח פֿון American Idol.

מיר האָבן שטאַרק געוואָלט וויסן ווער זי איז, האָבן מיר זי אויסגעשפּירט דורך דער אינטערנעץ. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, הייסט זי אַמאַליע רובין און איז אַ ייִדישע טאָכטאָר פֿון אָלבאַני, ניו־יאָרק, װאָס װױנט הײַנט אין דער מאָנגאָלישער הױפּטשטאָט, אולאַאַנבאַאַטאַר. 

אָבער װאָס האָט זי געבראַכט דװקא קיין מאָנגאָליע — אַ לאַנד, וווּ ס׳וווינען כּמעט אין גאַנצן נישט קיין ייִדן? און װי אַזױ איז זי געװאָרן אַ שטערן אױף דער מאָנגאָלישער טעלעװיזיע פֿאַרן זינגען אַ ליד אױף מאַמע־לשון? כּדי צו דערגיין די ענטפֿערס האָבן מיר באַשלאָסן זיך צו פֿאַרבינדן מיט איר.

רעדנדיק מיטן „פֿאָרווערטס‟ דורך „סקײַפּ‟ אין איר דירה אין אולאַנבאַאַטאָר, האָט אַמאַליע זיך צו ערשט אַנטשולדיקט פֿאַרן פֿאַרשפּעטיקן זיך אַ ביסל. „איך בין נאָר װאָס געקומען פֿון אַ זיצונג מיט אַ שאַמאַן,‟ האָט זי געזאָגט. לױט דער מאָנגאָלישער קולטור, ווען מע טרעפֿט זיך מיט מענטשן, טרינקט מען אַ סך משקה. אויף איר ערשטער זיצונג מיט אַ שאַמאַן האָט זי טאַקע אויסגעטרונקען צװעלף שנאַפּסגלעזלעך װאָדקע!

אַמאַליע האָט דערציילט, אַז זי וווינט הײַנט אין מאָנגאָליע, כּדי צו שרײַבן אַ בוך װעגן די שאַמאַנען. אַ שאַמאַן איז איינער וואָס באַמיט זיך צו מאַכן אַ פֿאַרבינדונג מיט, און משפּיע צו זײַן אויף גוטע און שלעכטע רוחות אויף „יענער וועלט‟. שאַמאַניזם איז אַן אַלטע טראַדיציע בײַ די מאָנגאָלן. במשך פֿון די יאָרן וואָס דאָס לאַנד איז געווען אונטערן קאָנטראָל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (1921־1989), זענען די אור־אַלטע רעליגיעזע און קולטורעלע טראַדיציעס שטאַרק רעפּרעסירט געוואָרן, אָבער הײַנט פּרוּווט מען ווידער אויפֿלעבן די טראַדיציעס, און אַמאַליע שטודירט איצט אָט דעם פֿענאָמען.

אַמאַליעס פֿאַרבינדונג מיט מאָנגאָליע האָט זיך אָנגעהויבן מיט איר אינטערעס צו טיבעט. אין די קינדעריאָרן האָט אַמאַליעס משפּחה געװױנט לעבן אַ טיבעטישן „קירובֿ‟־צענטער (ענלעך צו, להבֿדיל, אַ חב״ד־הויז) אין אָלבאַני. צוליב דעם האָט אַמאַליע פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צװישן טיבעטער. אין 2005, װי אַ מתּנה בײַם גראַדויִרן פֿון דער מיטלשול, האָבן אירע עלטערן זי פֿאַרשריבן אין אַ זומער־פּראָגראַם בײַם ווירדזשיניער אוניווערסיטעט זיך אױסצולערנען טיבעטיש. אַמאַליע האָט זיך אָבער געלערנט מער ווי בלויז די שפּראַך. יעדן טאָג האָט זי פֿאַרפֿעלט מיטאָג כּדי זיך צו לערנען װי אַזױ צו שפּילן טראַדיציאָנעלע טיבעטישע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן. שפּעטער, ווען זי איז געפֿאָרן קיין טיבעט, איז זי דאָרט באַקאַנט געװאָרן פֿאַרן זינגען לידער אױף טיבעטיש.

אַמאַליע איז געוואָרן אַ פֿאָרשערין פֿון דער טיבעטער קולטור און אין 2013 איז זי געפֿאָרן אויף אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון טיבעטישע שטודיעס אין אולאַאַנבאַאַטאַר, מאָנגאָליע כּדי צו האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם טיבעטישן עפּיש ליד „דער קעניג געסאַר פֿון לינג‟. בשעת איר וויזיט דאָרט איז זי געווען איבערראַשט מיט דער אויסערגעוויינטלעכער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון אירע צײַטווײַליקע שכנים. כאָטש אַמאַליע איז אײַנגעשטאַנען אין דער סאַמע אָרעמסטער געגנט אין אולאַאַנבאַאַטאַר, האָבן די אײַנוווינער לכּבֿוד איר געשאָכטן אַ שעפּס און געמאַכט אַ ריזיקע סעודה. בעת דער סעודה האָט אַמאַליע זיך צופֿעליק באַקענט מיט אַ שאַמאַן, און איז גלײַך אינספּירירט געוואָרן צו פֿאָרשן דעם הײַנטיקן שאַמאַניזם אין מאָנגאָליע.

אַמאַליע האָט זיך אין גיכן דערוווּסט, אַז הכנסת־אורחים איז נישט די איינציקע ווערט וואָס די מאָנגאָלן האָבן בשותּפֿות מיט די ייִדן. זיי פֿירן זיך אױך לויט אַ געוויסער „הלכה‟, װאָס זיי רופֿן „יאָס.‟ יעדעס מאָל וואָס אַמאַליע האָט געדאַרפֿט עפּעס װאָס האָט בײַ די מאָנגאָלן געקלונגען אַ ביסל מאָדנע, האָבן זיי גלײַך געכאַפּט איר לאָגיק. זי דאַרף, למשל, אַ האָרן פֿון אַ ווידער צו בלאָזן? נו, מוז עס זײַן צוליב דעם ייִדישן „יאָס!‟