ייִדישע משומדים אין צאַרישן רוסלאַנד

Jewish Converts in Tsarist Russia


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 06, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

גאַנץ אָפֿט האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק באַזעצט בשכנות מיט דער ייִדישער משפּחה אינעם קריסטלעכן טײל פֿונעם שטעטל אָדער אין אַ דאָרף. די באַציִונגען צװישן די ייִדישע עלטערן און זײער געשמדטער טאָכטער זײַנען ניט תּמיד געװען קײן גוטע, אָבער װײַט ניט אַלע האָבן זיך לחלוטין אָפּגעזאָגט פֿון װאָסער ניט איז קאָנטאַקט װי טבֿיה.

שײנקער האָט דורכגעאַקערט אַ שלל אַרכיװאַלע מקורים אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, װאָס פֿאַרפֿיקסירן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון די דאָזיקע פֿאַלן. גאַנץ אָפֿט האָבן די יונגע לײַט זיך געטראָפֿן אין אַ קרעטשמע, װוּ אַ ייִדיש מײדל האָט באַדינט קריסטלעכע קונים. אָבער אַריבערצוגײן אינעם קריסטלעכן גלױבן איז ניט געװען פּשוט. להיפּוך צו פּראָטעסטאַנטן, האָט די רוסישע קירך ניט געהאַט קײן שטאַרקן אינטערעס צו ייִדן. קודם האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרברענגען אַ געװיסע צײַט אין אַ ספּעציעלן מאָנאַסטיר און אױסלערנען די פּרינציפּן פֿונעם קריסטלעכן גלױבן. און אַפֿילו נאָך דעם שמד האָט די קירך געהאַלטן אַן אױג אױף נײַע קריסטן, זײ זאָלן ניט בסוד פּראַװען ייִדישע מנהגים.

צומאָל האָט זיך געטראָפֿן אױך אַ פֿאַרקערטע מעשׂה. אַ ייִד, װאָס איז געשמדט געװאָרן מיט יאָרן פֿריִער, אָפֿט מאָל אַן אָפּגעדינטער סאָלדאַט, האָט זיך אומגעקערט אין זײַן שטעטל און געװאָלט זיך אויך אומקערן צו ייִדישקײט. אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט האָט די מלוכה אומװיליק דערלױבט אַזאַ פּראָצעדור, אָבער מיט אַ סך ביוראָקראַטיע מניעות. ערשט נאָך 1906 האָט די רוסישע רעגירונג דערלױבט ייִדן צו בײַטן די אמונה און פֿאַרלאָזן די „רעכט־גלױביקע” קירך.

לױט דער צאַרישער געזעץ־געבונג איז ייִדישקײט געװען אַ רעליגיעזער און ניט קײן עטנישער באַגריף. אַזױ אַרום איז אַ געשמדטער ייִד פֿאָרמעל געװאָרן אַ קריסט װי אַלע קריסטן. למעשׂה אָבער איז די זאַך ניט געװען אַזױ גראָד. אינעם פּאַספּאָרט פֿון אַזאַ נײַעם קריסט איז געשטאַנען „פֿון ייִדן”, און צום סוף פֿון נײַצנטן יאָרהונדערט האָבן אַזעלכע נײַע קריסטן ניט באַקומען רעכט צו באַזעצן זיך מחוץ דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ. דערצו נאָך האָבן רוסישע נאַציאָנאַליסטן געטענהט אַז געשמדטע ייִדן זײַנען אַ סכּנה פֿאַרן רוסישן פֿאָלק, װײַל בטבֿע בלײַבן זײ סײַ װי ייִדן. אַזױ אַרום איז דער דאָזיקער ראַסיסטישער קוק געװאָרן פּאָפּולער אױך בײַ דער רעגירונג. רעליגיע האָט מער ניט געשפּילט די מכריעדיקע ראָלע; דער ביאָלאָגישער אָפּשטאַם איז געװען װיכטיקער.

דער לעצטער טײל פֿון שײנקערס בוך באַהאַנדלט דעם אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון ייִדיש־קריסטלעכע חבֿרות אין דרום־אוקראַיִנע, װאָס זײַנען געװען אױסן צונױפֿצושמעלצן בײדע אמונות. זײ האָבן געהאַלטן ישו הנוצרי פֿאַר אַ ייִדישן משיח, אָבער זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון ייִדישקײט. די רוסישע מלוכה האָט זײ ניט פֿאַרװערט בתּנאי אַז די גאַנצע טעטיקײט זײערע זאָל פֿאָרקומען אױף ייִדיש, מען זאָל חלילה ניט אַראָפּפֿירן רוסן פֿונעם קריסטלעכן דרך. מיט אײנער אַזאַ חבֿרה, „גײַסטלעך־ביבלישע ברודערשאַפֿט”, האָט אין די 1880ער אָנגעפֿירט יעקבֿ גאָרדין, װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ חשובֿער ייִדישער דראַמאַטורג אין ניו־יאָרק. אַזױ אַרום האָט דער מאָדערנער אַמעריקאַנער באַגריף פֿון „ייִדיש־קריסטלעכער ציװיליזאַציע” װאָרצלען אין צאַרישן רוסלאַנד.