(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון דעסט וועגן בלײַבט נאָך נישט קלאָר וואָס איז זײַן רעליגיעזע אידענטיטעט. פֿון זײַן גלייבן אין יעזוס זאָגט ער זיך נישט אָפּ, און ער באַשרײַבט זיך אַליין ווי אַ ייִד וואָס גלייבט אין ישו. דערצו זאָגט ער, אַז ער פֿילט זיך צום מערסטנס נאָענט צו די „שוואַרצע היברוס”, וואָס וווינען אין נגבֿ. די „שוואַרצע היברוס” איז אַ רעליגיעזע גרופּע פֿון אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער פֿון שיקאַגע, וואָס האָבן אין די 1960ער יאָרן זיך באַזעצט לעבן דימונה. זיי גלייבן סײַ אין דער תּורה, סײַ אין דעם ברית־חדשה. זיי פֿירן אַ קאָמונאַל לעבן (וווּ פּאָליגאַמיע איז דערלויבט) נאָענט צו דער נאַטור; עסן נישט קיין פֿלייש, וכדומה.
אין אַן אַרטיקל אין „האָרץ” האָט מען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַנטפּלעקט אַז נישט אַלץ בײַ דעם ייִשובֿ אין דימונה פֿירט זיך אַזוי כּשר. סטודעמײַער האָט אָבער, בעת אַ באַזוך צו די „שוואַרצע היברוס‟, דערקלערט: „ס׳איז אַלע מאָל וווּנדערלעך צו קומען קיין דימונה, ווײַל דאָס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט דעם אמת. ס׳איז וויכטיק אַז די וועלט זאָל וויסן וועגן אונדזער פֿאָלק און קולטור־ירושה.” הייסט עס, אַז עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ מין צווײַג פֿון דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער אידענטיטעט.
סטודעמײַער איז פֿאַרבונדן מיט עטעלכע צדקה־איניציאַטיוון וואָס פֿאַרשפּרייטן בילדונג אין אַפֿריקע, און מיט שלום. ער פֿירט אָן מיט אַ קוישבאָל־שלום־לאַגער מיט ייִדישע און אַראַבישע קינדער. מיט יאָרן צוריק האָט ער זיך אָנגענומען די קריװדע פֿאַר די געליטענע אין עזה, אַן איידעלע זאַך לכל־הדעות.
איצט אַז ס׳ענדיקט זיך שוין דער ישׂראלדיקער קוישבאָל־סעזאָן, קאָנצענטרירט זיך סטודעמײַער מיט אַלע כּוחות צו העלפֿן „הפּועל‟ געווינען די מײַסטערשאַפֿט. זײַענדיק 34 יאָר אַלט, און נאָכן באַקומען אין משך פֿון זײַן קאַריערע נישט ווייניק ראַנעס, האָט ער פֿאָרט אין ישׂראל שוין אַרויסגעוויזן זײַן באַקאַנטע אויסגעצייכנטע קוישבאָל־געניטשאַפֿט. די פֿראַגע איז, צי ער איז נאָך מסוגל צו שפּילן כּסדר אויף דעם העכסטן ניוואָ און טראָגן די מאַנשאַפֿט אויף זײַנע אַקסלען ביזן סוף. דעם ענטפֿער צו אָט דער פֿראַגע וועט מען זען אין גיכן, בעזרת־השם און להבֿדיל, „מיט יעזוסעס הילף‟, אויפֿן קוישבאָל־פּלאַץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.