(די 2 טע זײַט פֿון 2)
רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט, ווי אַזוי מיר קאָנען אײַנשטעלן אַלע חושים אויף אַ הייליקן אופֿן, אָנצינדן אונדזער אינערלעכע מנורה ווי עס דאַרף צו זײַן. אַ טייל פֿרומע ייִדן אין דער הײַנטיקער וועלט מיינען, אַז מע קאָן עס גאַנץ גרינג אויפֿטאָן. לאָמיר זיך אָפּזאָגן פֿון דער אינטערנעץ, פֿון די מאָדערנע צעל־טעלעפֿאָנען; לאָמיר זיך פֿאַרמאַכן אין מאָנסי אָדער וויליאַמסבורג, כּדי צו זען אַרום זיך בלויז חסידישע ייִדן. למעשׂה, קאָן אַזאַ צוגאַנג פֿאַרלעשן, חלילה, דאָס נשמה־ליכט. דער רבונו־של־עולם האָט אונדז אַראָפּגעשיקט אין דער גשמיותדיקער וועלט, כּדי מיר זאָל מבֿרר זײַן די פֿינקעלעך פֿון קדושה, וואָס זענען באַהאַלטן אין אַלע זאַכן. אויב עמעצער מיינט, אַז מע קאָן זיך באַגיין בלויז מיטן מעכאַנישן מקיים זײַן די מיצוות אין אַ פֿרומער געגנט, זיך אויסבאַהאַלטן פֿון דער אַרומיקער וועלט, קאָן די אינערלעכע מנורה, נעבעך, פֿאַרלאָשן ווערן. מע פֿאַרגעסט, אַז דער באַשעפֿער וויל דווקא אַז מיר זאָלן שעפּן דאָס „ברענוואַרג‟ פֿון אַרום דער וועלט און אויסנוצן דאָס נשמה־ליכט לשם־שמים.
עס טרעפֿט זיך אויך, אַז ווען עמעצער פֿילט, אַז זײַן נשמה־ליכט גייט אויס, וויל ער צעברעכן אַלע קהילה־גדרים און „אַראָפּגיין פֿונעם דרך‟. דאָס איז אַ פֿאַרשטענדלעכע, אָבער נישט אַ ריכטיקע רעאַקציע. ווי געזאָגט, ברענגט דער אומבאַגרענעצטער העדאָניזם, סוף־כּל־סוף, צו „פֿאַרלאָשנקייט‟ און פּוסטקייט. שטעלט זיך פֿאָר אַ מנורה, וווּ אַנשטאָט דעם איילבערט־אייל ברענט בענזין. דאָס פֿײַער וואָלט זיכער געווען שטאַרק און ליכטיק, אָבער אין אַ פּאָר מינוט וואָלט עס אָפּגעברענט. דער סוד פֿון דער מנורה, וואָס איז מרמז אויף אונדזער לעבן, באַשטייט אינעם קאָמבינירן דאָס פֿײַער און רויִקייט אויף אַ מעסיקן אופֿן.
ווען מיר צינדן אָן אונדזער אינערלעכע מנורה און שטרעבן אָנצוהאַלטן איר פֿײַער אויף אַ געזונטער מדרגה, דאַרפֿן מיר פֿאַרשטיין, אַז מיר לאָזן טאַקע אַ שײַן אַרום אונדז. ווען מיר קוקן אַרום, שטראַלט אַרויס פֿון אונדזערע אויגן אַ ליכט, וואָס קאָן משפּיע זײַן אויף אונדזערע שכנים און צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער. די חז״ל זאָגן אונדז אָן אין פּרקי־אָבֿות: „כּל שרוח הבריות נוחה הימנו, רוח המקום נוחה הימנו‟ – ווען די מענטשן זענען צופֿרידן מיטן מענטש, איז דער אייבערשטער אויך צופֿרידן מיט אים.
צום באַדויערן, טרעפֿן זיך אין דער הײַנטיקער וועלט גאָר פֿרומע ישיבֿה־בחורים און כּולל־יונגע לײַט, וואָס מיינען, אַז צו דער אַרומיקער נישט־ייִדישער וועלט דאַרף מען זיך באַציִען מיט אַ גראָבער חוצפּה. די גויים זענען דאָך אַ „קליפּה‟; מע מוז זיך באַציִען צו זיי מיט דרך־ארץ בלויז צוליב חילול־השם. צום באַדויערן, ווען מע באַנוצט זיך מיט אַזאַ לאָגיק, באַקומט זיך צומאָל דווקא אַ חילול־השם. אומצאָליקע רבנים האָבן שוין געשריבן, אַז די „סטראַשונקעס‟ וועגן די קליפּות־טמאות זענען חל נאָר אויף די אוראַלטע כּנענים און אַנדערע תּנ״כישע פֿעלקער, וואָס פֿלעגן מקריבֿ זײַן זייערע קינדער לשם עבֿודה־זרה און געטאָן אויסטערלישע עבֿירות. די הײַנטצײַטיקע נאָרמאַלע מענטשן זענען טאַקע מענטשן און נישט, חלילה, „קליפּות טמאות‟. ווען עמעצער באַציט זיך מיט אַזאַ נעגאַטיווער שטימונג צו דער אַרומיקער וועלט, אויב אַפֿילו מע זאָרגט זיך וועגן חילול־השם און מע רעדט נישט ממש גראָב, פֿילן די אַרומיקע מענטשן, אַז די אינערלעכע מנורה אין די אויגן פֿון אַזאַ פֿרומען ייִד האַלט, נעבעך, בײַם פֿאַרלאָשן ווערן.
די הײַנטיקע פּרשה דערציילט אונדז, אַז אַהרן און מרים האָבן גערעדט לשון־הרע וועגן משהס חתונה האָבן מיט אַן „אשה כּושית‟ — אַן עטיאָפּישע פֿרוי. די מפֿרשים דערקלערן די דאָזיקע מעשׂה אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. אַ טייל קאָמענטאַטאָרן האַלטן, אַז ציפּורה איז געווען פֿון דער מאַמעס צד אַ שוואַרצע. אַ טייל אַנדערע האַלטן, אַז משה רבינו האָט געהאַט אַ צווייטע פֿרוי, אַן עטיאָפּישע. אַזוי צי אַזוי, וואָרנט אונדז די תּורה, אַז אַפֿילו אַזעלכע גרויסע מענטשן, ווי אַהרן און מרים, האָבן געטריבן רכילות. פֿאַר וואָס האָבן זיי בכלל קריטיקירט זייער ברודערס פּערזענלעך לעבן? זײַענדיק דער גרעסטער נבֿיא, האָט משה רבינו דאָך זיכער געוווּסט, פֿאַרוואָס און מיט וועמען ער זאָל לעבן.
דער איזשביצער רבי איז מסביר, אַז מרים און אַהרן האָבן אַוודאי געוווּסט, אַז מע טאָר נישט טרײַבן רכילות. זיי האָבן בכּיוון אָפּגעשפּילט די גאַנצע סצענע, כּדי אונטערצושרײַבן די גרויסקייט פֿון משה רבינו און צו ווײַזן די אַנדערע ייִדן, אַז לשון־הרע איז שלעכט. אַדרבה, מיט זייערע ווערטער האָבן זיי אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן היפּוכיקן אופֿן געוויזן, אַז אַ שלעכט וואָרט און אַפֿילו אַ שלעכטע מחשבֿה קאָן פֿאַרלעשן די אינערלעכע מנורה אינעם מענטש. כּדי צו באַלײַכטן די וועלט מיט אונדזערע אויגן און מײַלער, מוזן מיר שטרעבן צו זען פֿינקלעך פֿון קדושה אַרום אונדז און באַציִען זיך צו אַלעמען פּאָזיטיוו.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.