בערלין, שטיפֿמאַמע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור

Berlin, Stepmother of Modern Jewish Culture


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 11, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

קולבאַק האָט פֿאַרבראַכט אין בערלין אַ פּאָר יאָר און אָנגעשריבן דאָרט אַ היפּשע צאָל װיכטיקע לידער. אָבער די שטאָט גופֿא האָט ניט איבערגעלאָזט קײן דירעקטע שפּורן אין זײַן דיכטונג פֿון יענער צײַט. אַנשטאָט בערלין האָט קולבאַק באַזונגען די הײמישע לאַנדשאַפֿטן פֿון רײַסן. די דאָזיקע לידער שפּיגלען אָפּ זײַנע זוכונגען נאָך אײגנאַרטיקע אימאַזשן און שפּראַכמיטלען. קולבאַק שעפּט זײַן דיכטערישע יניקה פֿונעם סלאַװישן פֿאָלקלאָר, פֿון חסידות און קבלה, װי אױך פֿון דער מיטצײַטלערישער רוסישער פּאָעזיע. זײַנע העלדן זײַנען פּשוטע ייִדן, װאָס װאַנדערן איבער די פֿעלדער און װעלדער פֿון רײַסן און ליטע. 

אָבער דאָס איז ניט קײן לאַנד, װאָס מען קאָן געפֿינען אױף דער מאַפּע, טענהט זעליק. דאָס איז „אַ מיטאָלאָגיזירטער רױם, װאָס געהערט צו דער מענטאַלער מאַפּע פֿונעם ייִדישן זיכּרון”. אױף דעם לאָזט זיך מען מסתּמא ענטפֿערן, אַז קולבאַקס טאָפּאָגראַפֿיע פֿון װײַסרוסישע שטעטלעך און לאַנדשאַפֿטן איז גאַנץ קאָנקרעט. פֿאַר זײַנע לאַנדסלײַט איז דער דאָזיקער רױם טאַקע געװען אױף דער געאָגראַפֿישער מאַפּע׃ די טײַכן װיליע און נעמאַן, דאָס שטעטל קאָבילניק, די היסטאָרישע שטאָט קרעװע, װוּ מען האָט געשלאָסן דעם בונד צװישן פּױלן און ליטע.

גרינבערג איז געקומען קײן בערלין פֿון אַן אַנדערן ייִחוס און מיט אַן אַנדער פּערזענלעכער געשיכטע. אַ גאַליציאַנער חסיד, האָט ער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה אָפּגעדינט דרײַ יאָר אין דער עסטרײַכישער אַרמײ אױפֿן באַלקאַנער פֿראָנט. די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט שטאַרק באַװירקט אי זײַן פּערזענלעכקײט אי זײַן פּאָעזיע. דװקא אין סערביע און באָסניע קאָן מען געפֿינען װאָרצלען פֿון זײַן דיכטערישן און פּאָליטישן ראַדיקאַליזם. קײן בערלין איז ער געקומען פֿון װאַרשע, װוּ זײַנע לידער האָבן אַרױסגערופֿן אַ סקאַנדאַל׃ מען האָט אים באַשולדיקט אין חילל־השם לגבי קריסטנטום. אין בערלין האָט זיך גרינבערג צעשיידט מיטן „מלכות פֿון צלם” און מיט ייִדיש, און האָט מודיע געװען זײַן איבערגאַנג צו העברעיִש. אָבער דאָס איז ניט געװען  קײן שאַרפֿער איבעררײַס, נאָר אַ דיאַלעקטישער „שעפֿערישער איבערגאַנג”, פֿאַרסך־הכּלט זעליק אין איר אַנאַליז.

אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען היסטאָרישע טעמעס, אָבער דער אױסקלײַב און די אױסטײַטשונג פֿונעם היסטאָרישן מאַטעריאַל שפּיגלען אָפּ הײַנטיקע אינטערעסן און דאגות. רחל זעליק, אַזױ װי אַנדערע פֿאָרשער פֿון איר דור אין אַמעריקע, אײראָפּע און ישׂראל, פּרוּװט צונױפֿצושטוקעװען דעם צעבראָכענעם בנין פֿון דער אַמאָליקער פֿילשפּראַכיקער ייִדישער קולטור. בערלין איז געװען דער לעצטער אָרט, װוּ דער דאָזיקער בנין איז נאָך געװען אַ גאַנצער.