יוסף לאַכמאַן, ייִדישער קולטור־טוער אין באָסטאָן, איז ניפֿטר געוואָרן

Iosif Lakhman, Yiddish Cultural Activist in Boston, Has Died

יוסף לאַכמאַן
Courtesy of yiddishvoice.com
יוסף לאַכמאַן

פֿון מישע כאַזין

Published June 11, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מער ווי צוואַנציק יאָר, אַ דאַנק זײַן ענערגיע און זאָרג, איז אין באָסטאָן דערשינען דער קוואַרטאַלניק „אַנטי־פֿאַשיסטישע ידיעות”, וווּ חוץ באַקאַנטע שרײַבערס, זשורנאַליסטן, פֿלעגן זיך טיילן מיט זייער דערפֿאַרונג און איבערלעבענישן פּשוטע לייענערס, וועלכע האָבן אַליין געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם און נאַציאָנאַלן אומיושר. יוסף פֿלעגט אין דער אויסגאַבע אויספֿירן אַ סך פֿונקציעס — זיך איבערשרײַבן מיט די מחברים, האַלטן אַן אויג אויף דער דרוקערײַ, צעשיקן די קאָפּיעס צו די לייענער און שרײַבערס, מיט איין וואָרט, געשלעפּט אויף זיך כּמעט די גאַנצע אַרבעט, און דערבײַ קיין מאָל נישט דערוואַרט קיין באַלוינונגען.

אין יאָר 1999 איז אין באָסטאָן פֿאָרגעקומען די גרינדונג־קאָנפֿערענץ פֿון דער אַמעריקאַנער אַנטי־פֿאַשיסטישער אימיגראַנטן־אַסאָציאַציע פֿון די געוועזענע סאָוועטישע ייִדן. יוסף לאַכמאַן, ווי דער פּרעזידענט פֿון דער אַסאָציאַציע, האָט פֿאַרבעטן צו דער אונטערנעמונג עלי וויזעל. וויזעל איז געקומען און איידער ער האָט אָנגעהויבן רעדן, געפֿרעגט דעם עולם: „אויף וואָסער שפּראַך זאָל איך צו זיי רעדן? אויף ענגליש אָדער אויף ייִדיש?” דער ענטפֿער פֿונעם זאַל איז געווען: „אויף ייִדיש!”.

יוסף לאַכמאַן מיט עלי וויזעל
Courtesy of yiddishvoice.com
יוסף לאַכמאַן מיט עלי וויזעל

לאַכמאַן איז געווען אַ כּסדרדיקער באַזוכער פֿון דער שיל בײַם רוסיש־רעדנדיקן צענטער „שלום־הויז”, און אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿונעם רבֿ דן ראָדקין. נישט ווייניק גוטע זאַכן, לטובֿת דער קהילה, האָבן זיי בשותּפֿות אויפֿגעטאָן: געזאַלמט געלט פֿאַר צה״ל, פֿאַר די געליטענע פֿון טעראָר־אַטאַקעס; אָרגאַניזירט דעמאָנסטראַציע קעגן די אָנהענגער פֿון „ישׂראל־בויקאָט” וכּדמה.

איין מאָל, אַרײַנגייענדיק אין אַ גרויסער ביכער־קראָם, האָט יוסף דערזען אויף אַ פּאָליצע, אויבן אָן היטלערס „מײַן קאַמף”. ער איז ממש אויפֿגעבראַכט געוואָרן. אַוודאי האָט ער געוווּסט, אַז לויטן אַמעריקאַנער געזעץ קאָן אַזאַ סאָרט ליטעראַטור, מישטיינס געזאָגט, אויך אַרויסגעשטעלט ווערן צום פֿאַרקויף. פֿון דעסטוועגן, האָט לאַכמאַן איבערגערעדט מיטן פֿאַרוואַלטער פֿון דער קראָם און יענער האָט אים צוגעזאָגט מער נישט רעקלאַמירן „די סחורה”; צוהאַלטן בלויז פֿאַר ספּעציעלע קונים.

יוסף לאַכמאַן האָט געהאַט פֿאַר אַלעמען צײַט, און אַלץ פֿלעגט ער טאָן מיט אַ יוגנטלעכן אַזאַרט — שפּילן אין שאָך אָדער אין ביליאַרד. אַ באַזונדער אָרט אין זײַן לעבן האָט פֿאַרנומען די משפּחה — זײַן פֿרוי אינע, די טאָכטער זינע, אייניקלעך…

די לוויה וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 11טן יוני, 12:30 נאָך מיטאָג אויף דעם אַדרעס: Stanetsky Memorial Chapel, 1668 Beacon Street, Brookline, MA 02445

מיר האָט אָפּגעגליקט — כ’בין געווען צווישן זײַנע נאָענטסטע פֿרײַנד. אַ דאַנק דיר פֿאַר דעם, חבֿר. כּבֿוד דײַן אָנדענק!