ס׳פֿאַרערגערט זיך דער מצבֿ פֿון די ייִדיש־טראַנסמיסיעס

Troubling Fate For Israeli Yiddish Radio

אַבֿרהם זאַקס, דער יונגער דירעקטאָר פֿון די ייִדישע ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס
Facebook
אַבֿרהם זאַקס, דער יונגער דירעקטאָר פֿון די ייִדישע ראַדיאָ־טראַנסמיסיעס

פֿון דניאל גלאי

Published June 13, 2017, issue of June 29, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)


„אַן אַשכּנזישע סטאַציע”

מיט אַזאַ באַשולדיקונג איז רן בוקר (ראַן באָקער) אַרויסגעטראָטן אין דער אינטערנעטישער ווערסיע פֿון „ידיעות אחרונות”, פֿון די וויכטיקסטע צײַטונגען אין לאַנד. ער האָט געצילט קעגן דער נײַער מאַנטשאַפֿט פֿון דער סטאַנציע; ס׳הייסט, אַז די גרויסע מערהייט פֿון אירע אָנגעשטעלטע זענען פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם.

ער שרײַבט אין זײַן אַרטיקל פֿונעם 20סטן מײַ 2017 אַז דאָס איז „אַ חרפּה וואָס מ׳מוז פֿאַרריכטן” און פֿאָדערט מ׳זאָל פֿון עטנישן שטאַנדפּונקט בעסער באַלאַנסירן די צאָל אָנגעשטעלטע אין דער נײַער סטאַנציע; בקיצור, מער מזרחים (נישט־אַשכּנזישע ייִדן). ס׳איז קיין ספּעציעלע נײַעס ניט, ווײַל די דאָזיקע מזרחישע אַקטיוויסטן און וואָרטזאָגערס פֿאָדערן אַזוינס אויך אויף אַנדערע געביטן ווי אין אוניווערסיטעטן, אין העכסטן גערכיט און אין דער מעדיאַ.

אַ גוטע פֿראַגע וואָס מ׳קאָן זיי שטעלן איז, ווי אַזוי ווייסן זיי, פֿון צווישן די אָנגעשטעלטע, וויפֿל אַשכּנזים און וויפֿל מזרחים זענען פֿאַראַן, ווײַל הײַנטצוטאָג, לויט די ישׂראליזירטע נעמען, איז אָפֿט מאָל אוממיגלעך צו וויסן ווער איז ווער… נאָר מילא. אויך אויב טיילווײַז זענען זייערע פֿאָדערונגען באַרעכטיקטע, איז זייער כראָנישער טעות דאָס וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט, אַז די וועמען מ׳האָט יאָ אָנגענומען צו דער אַרבעט איז עס ניט געווען לויט אַן עטנישער קריטעריע, נאָר צוליב בילדונג און פּראָפֿעסיאָנעלע דערפֿאַרונג. אפֿשר אויך צוליבן פֿאַקט, וואָס זיי זענען נאָענט צו דער נײַער דירעקציע און באַשליסערס. צי יאָ צי ניין, מוז מען דאָס ענדערן.

טאָמער די מזרחישע מיליטאַנטן שטרעבן אײַנצופֿירן אַ מער גערעכטע, עטנישע פּאָליטיק בײַם רעקרוטירן דעם פּערסאָנאַל פֿון דער סטאַנציע מוזן זיי פֿריִער אָנערקענען די לעגיטימקייט און באַרעכטיקייט פֿון דער אַשכּנזישער עדה. און דערצו זענען זיי ניט גרייט ווײַל זיי אַליין זענען מאָטיווירט פֿון סעקטאָריאַלע אינטערעסן… אַ ניט־אויסגעהאַלטענע פֿירונג וואָס האַקט אונטער זייער אייגענעם קאַמף און פֿאַרשאַפֿט זיי ניט קיין ממשותדיקע דערגרייכונגען. ס׳איז קאָמפּליצירט. אַן עטנישן שליסל וויל מען אײַנפֿירן? קאָן עס ניט זײַן נאָר לטובֿת איין און איינציקן געזעלשאַפֿטלעכן סעקטאָר. דער ענין ווערט נאָך מער פֿאַרפּלאָנטערט ווײַל ישׂראלים פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם גופֿא אָנערקענען ניט זייערע היסטאָרישע קולטור־וואָרצלען. אַ באַוווּסטע פּראָבלעם, וואָס ווירקט אויף דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט, איר קולטור און אידענטיטעט.

אַבֿרהמל זאַקס, דער פֿרומער יונגער אָנפֿירער פֿון די ייִדיש־טראַנסמיסיעס אין דער ראַדיאָ, זאָגט אַז ס׳איז טאַקע ערגער געוואָרן דער מצבֿ פֿון ייִדיש זינט מע האָט אײַנגעפֿירט די ראַדיאָ־טעלעוויזיע־סטאַציע „דאָ”. „הײַנט איז די טראַנסמיסיע נאָר איין שעה אַ וואָך, מיט אַ סעקציע פֿון אַ האַלבער שעה אויף העברעיִש,‟ האָט ער געזאָגט.

אויף דער פֿראַגע, צי דער מצבֿ קען זיך נאָך פֿאַרבעסערן, האָט זאַקס געענטפֿערט: „הינטער די קוליסן באַמיִען זיך געוויסע פֿאַקטאָרן צו ווירקן אויף די הויכע פֿענצטערס. דער הויפּטציל איז, אַז עס זאָל ווידער זײַן אַ ייִדישע טעגלעכע טראַנסמיסיע, ווי ס’איז אַ מאָל געווען אין לאַנד.‟

איין שעה אין דער וואָך, טראַכט איך, איז דאָך לעכערלעך. אַ שאַנדע און אַ בושה! אפֿילו די צוגעגעבענע האַלבע שעה וועגן ייִדיש, איבערגעגעבן אויף העברעיִש, ראַטעוועט ניט דעם מצבֿ.

און אויב שוין יאָ ענדערונגען, ווילט זיך חלומען… פֿאָר וואָס ניט טעגלעכע ייִדיש־פּראָגראַמען אויך אין טעלעוויזיע?

המשך קומט