ס׳איז געווען אַ צײַט אין מײַנע סטודענטישע יאָרן, ווען כ׳האָב געהאַט פֿאַרלאָזט דעם קיבוץ און זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ. פֿאַר פּרנסה האָב איך געאַרבעט ווי אַ וועכטער אין דער „קאָקאַ־קאָלאַ‟־אונטערנעמונג אין בני ברק. אַרײַן אין דער אַרבעט פֿלעג איך אין די אָוונט־שעהען און מיטן זונאויפֿגאַנג פֿלעג איך פֿאַרלאָזן ס׳אָרט, פֿאָרן אַהיים און צומאָל גלײַך צו מײַנע לימודים.
איינע פֿון מײַנע גרויסע הנאות (אין גאַנצן אומזיסט!) איז דעמאָלט געווען הערן די ייִדישע ראַדיאָ־שעה 7 אַ זייגער אין אָוונט, מיט אירע נײַעס, פּראָגראַמען, ייִדישע פֿאָלקסלידער אאַז״וו. און בעיקר די שפּראַך אַליין וואָס האָט מיך באַצויבערט מיט איר זאַפֿטיקן, היימיש און בכּבֿודיקן קלאַנג.
לעצטנס קומען פֿאָר אין ישׂראל גרויסע ענדערונגען וואָס שײך די מלוכישע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס. מ׳האָט אָפּגעשאַפֿן דעם „רשות השידור‟ (ראַדיאָ־אינסטאַנץ און קאַנאַל 1 פֿון טעלעוויזיע) וואָס איז געווען טעטיק זינט 1965 און געווען אַ המשך פֿון 80 יאָר טראַנסמיסיעס פֿון „קול ישראל ירושלים‟. האָט מען איצט געשאַפֿן דעם „תאגיד השידור הציבורי כאן‟ (אינסטאַנץ פֿאַר עפֿנטלעכע טראַנסמיסיעס — „דאָ‟). שאַרפֿע פּאָליטישע דרוקן און אינטערעסן האָבן באַגלייט אָט דעם שווערן פּראָצעס וואָס מע האָט לעצטנס אַ סך געדעקט אין דער ישׂראל־מעדיאַ.
אַ סך מענטשן אַרום מיר און אין אַלגעמיין האָבן זיך באַקלאָגט, אַז זיי פֿאַרשטייען גאָרנישט פֿון די אַלע פּאָליטישע רײַסענישן, בעיקר וואָס שייך די קאָאַליציע־פּאַרטייען, מיטן פּרעמיער מיניסטער און דעם פֿינאַנץ־מיניסטער בראש. די קאָאַליציע גופֿא האָט אָנגענומען דעם באַשלוס צו שליסן דעם רשות השידור אָבער ווען ס’איז געקומען די רגע צו לאַנסירן די נײַע ראַדיאָ־טעלעוויזיע אינסטאַנץ האָט מען ניט געקאָנט דערגיין צו אַ טאָלק.
שוין לאַנגע יאָרן האָט יעדער אין לאַנד געוווּסט, אַז אין דער אָנפֿירונג פֿון דער מלוכישער ראַדיאָ־טעלעוויזיע איז פֿאַראַן אַן אײַנגעוואָרצלטע קאָרופּציע, וואָס באַשטייט פֿון איבערגעטריבענע הויכע לוינען בײַ די פֿירנדיקע אָנגעשטעלטע, פֿאַראַנטוואָרטלעכע סײַ פֿאַרן אינהאַלט סײַ פֿאַר די פּראָדוקציע־טעכניקערס פֿון די פּראָגראַמען. די קאָרופּציע האָט זיך אויך אויסגעדריקט אין פֿיקטיווע באַריכטן פֿון איבער־שעהען אַרבעט און אַ פֿאַרגליװערונג אין אינהאַלט וואָס איז צוגעשטעלט געוואָרן צום פּובליקום דורך דער ראַדיאָ און טעלעוויזיע.
דערצו איז נתניהו אומצופֿרידן מיט דער אַלטער טראַנסמיסיעס־סטאַנציע, וועלכע לויט זײַן פֿאַרשטאַנד, איז ניט געווען גענוג אונטערטעניק די שטעלונגען פֿון דער רעגירונג. ס׳הייסט — צו אומאָפּהענגיק. צוליב דעם וואָס אַלע פּרוּוון אײַנצופֿירן רעפֿאָרמען אין דער אינסטיטוציע זענען נכשל געוואָרן איז קיין אויסוועג ניט געווען, אלא זי אָפּשאַפֿן אין גאַנצן, און גרינדן אַ נײַע מלוכישע קערפּערשאַפֿט אַנשטאָט די אַלטע. ווי שווער איז געווען דאָס געבורט פֿון דער נײַער סטאַציע זאָגט עדות אלדד (עלדאַד) קאָבלענץ, דער איצטיקער פֿרישער גענעראַל־דירעקטאָר פון „דאָ”, די אינסטאַנץ פֿאַר עפֿנטלעכע טראַנסמיסיעס.
„עס זענען געווען מאָמענטן ווען אַלץ האָט כּמעט אויסגעזען פֿאַרלוירן,” האָט קאָבלענץ באַמערקט. ס׳הייסט אַז ער פּערזענלעך האָט געמוזט אויסשטיין שאַרפֿע קריטיקן בעיקר פֿון די פֿאַראינטערעסירטע פֿאַקטאָרן וועלכע מ’האָט געהאַט אָפּגעזאָגט פֿון זייערע שטעלעס. דער פֿינאַנץ־מיניסטער משה כחלון, פֿון דער „כּולנו‟־פּאַרטיי, האָט, ניט מער און ניט ווייניקער, געדראָט צו פֿאַרלאָזן די הײַנטיקע רעגירונ־קאָאַליציע, אויב מ׳וועט ניט אָנהייבן די טראַסמיסיעס פֿון דער נײַער סטאַציע פּונקט ווי ס׳איז געווען פּלאַנירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.