(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די טיפֿקייט פֿון דער עבֿירה, וואָס די מרגלים זענען באַגאַנגען, באַשטייט דווקא אין דעם, וואָס זייער כּוונה איז געווען גוט פֿאַרשטענדלעך. פֿאַקטיש, האָבן זיי געטאָן אַן „עבֿירה־לשמה‟. די מנהיגים פֿונעם דור האָבן אָבער נישט קיין רעכט צו באַשטימען אַליין דעם גורל פֿון זייער פֿאָלק. נישט געקוקט אויף זייערע גוטע כּוונות, האָבן זיי געפּועלט, אַז במשך פֿון 40 יאָר איז דער וועג קיין ארץ־ישׂראל געבליבן פֿאַרמאַכט. אַ פֿאַרשטענדלעכער טעות פֿון אַ מנהיג איז צומאָל דווקא ערגער, ווי אַ בפֿירושע עבֿירה.
אויף די פּלייצעס פֿון די ראָשי־הדור ליגט אַ גרויס אַחריות. זיי מוזן אַלעמאָל געדענקען, אַז זייער מיסיע איז צו באַדינען דעם עולם און נישט צו באַשליסן פֿאַר די אַנדערע, וווּ און ווי אַזוי זיי זאָלן לעבן.
אין די הײַנטיקע פֿרומע קהילות טרעפֿן זיך, צום באַדויערן, גענוג כּלל־טוער און רבנים, וואָס לאָזן נישט די פּשוטע מענטשן האָבן אַ דעה אין די קהילה־ענינים. אין אַ טייל קהילות, בפֿרט בײַ די חרדים, האָט זיך געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער, אין וועלכער די רבנים פּרוּוון צו צווינגען דעם עולם צו בלײַבן אין אַ מין מידבר, אַנשטאָט צו אַנטדעקן די פֿינקלעך פֿון קדושה אין יעדן אָרט און פֿאַרוואַנדלען, ווי געזאָגט, די גאַנצע וועלט אין אַ הייליק לאַנד, פֿירן זיי אײַן כּסדר נײַע גדרים.
די צעל־טעלעפֿאָנען זענען „טרייף‟; די קאָמפּיוטערס — אויך. מע טאָר זיך נישט דרייען און אַפֿילו אַרבעטן אין אַ גרויסער „גוייִשער‟ שטאָט. די וועלטלעכע ביכער דאַרף מען אַרויסוואַרפֿן, כּדי די קינדער זאָלן נישט אָנהייבן זיך באַציִען סימפּאַטיש צום נישט־ייִדישן אַרום.
פּאַראַדאָקסאַל, פֿאַרשפּרייט זיך אַזאַ „מידבר־צוגאַנג”, אין אַ גרויסער מאָס, דווקא פֿון ארץ־ישׂראל. אַפֿילו אין דער ליבעראַלער אייראָפּע טרעפֿן זיך שוין פֿרומע ייִדן, וואָס וואַרפֿן אַרויס דעם טעלעוויזאָר און קאָמפּיוטער, און פֿירן גאַנצע לעקציעס וועגן דער „שלעכטער‟ אַטמאָספֿער פֿון דער גאַס.
צי קאָן מען זאָגן, אַז די הײַנטיקע גדולי־ישׂראל, וואָס פּרוּוון צו איזאָלירן דעם עולם אין אַ „מידבר‟, חזרן איבער דעם אַלטן טעות פֿון די מרגלים? זיכער מיינען אַ סך פֿון זיי לשם־שמים און האָפֿן, אַז די נײַע באַגרענעצונגען וועלן העלפֿן אָפּצושטעלן געוויסע קאָנקרעטע פּראָבלעמען, הגם אין דער מאָדערנער וועלט איז שווער צו צווינגען אַ קהילה צו פֿאָלגן זייערע תּקנות. אַ טייל חסידים אין ניו־יאָרק אָדער לאָנדאָן פֿאַרברענגען טאַקע זייער גאַנץ לעבן אין פֿרומע געגנטן, כּמעט אָפּגעריסן פֿון דער וועלטלעכער קולטור. די, וואָס ווילן, גיבן זיי אָבער אַן עצה צו באַקומען אַן אַלגעמיינע בילדונג און אויסלערנען אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַך, אויב אַפֿילו די רבנים זאָגן זיי, אַז אין דער גרויסער וועלט דראָען כּלערליי סכּנות.
עס טרעפֿט זיך אויך דאָס פֿאַרקערטע: געוויסע מענטשן וווינען יאָ אין דער גרויסער וועלט און אַרבעטן צומאָל אין אַן אַלגעמיינער נישט־ייִדישער פֿירמע, אָבער בלײַבן אין זייער אייגן שטיקל „מידבר‟ – איזאָלירט, אומגעבילדעט און אומסימפּאַטיש. אין אַנדערע פֿאַלן, פּרוּוון געוויסע יחידים זיך אַרויסצורײַסן פֿון זייער איזאָלאַציע אויף אַן אומגעזונטן אופֿן. זײַענדיק צוגעוווינט צו זייער „מידבר”, געפֿינען זיי צומאָל טאַקע צווייפֿלהאַפֿטיקע און געפֿערלעכע זאַכן, פֿון נאַקראָטיק ביז פֿאַרברעכערישע פֿינצטערע געשעפֿטן. אַנשטאָט קדושה, פֿאַלן זיי, נעבעך, אַרײַן אין עכטע סכּנות.
אַזוי צי אַזוי, בלײַבט די דילעמע פֿונעם אויסקלײַבן אַן אַקטיוו און אָפֿן לעבן, אַנשטאָט אַ פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל, גאַנץ אַקטועל. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז די הײַנטיקע רבנים און כּלל־טוער זענען מסוגל צו פֿאַרשטיין די אמתע פּראָבלעמען פֿונעם דור און צו דערציִען, אַנשטאָט אַ נײַעם דור־ׁהמידבר, געראָטענע רוחניותדיקע לײַט, וואָס קאָנען געפֿינען און פֿאַרשפּרייטן איבעראַל גוטס און הייליקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.