די פּיעסע „אויסגעלאַסן״: ייִדיש־טעאַטער אויף בראָדוויי

"Indecent": Yiddish Theater On Broadway


אַ סצענע פֿון “אויסגעלאַסן”
אַ סצענע פֿון “אויסגעלאַסן”

פֿון עדי מהלאל

Published June 16, 2017, issue of June 29, 2017.

זינט איר עפֿענונג אינעם „קאָרט טעאַטער” אױף בראָדװײ איז די פּיעסע “Indecent” [אױסגעלאַסן] געבענטשט געװאָרן מיט פֿול געפּאַקטע זאַלן, לױב פֿון די רעצענזענטן און צוויי „טאָני‟־פּרעמיעס. אַ שאָד וואָס די פּיעסע שליסט זיך דעם 25סטן יוני, ווײַל זי איז טאַקע אויסערגעוויינטלעך. איך הער פֿון געוויסע מענטשן, אַז זיי האָבן זי שוין אַפֿילו געזען צום דריטן מאָל.

די פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון פּאַולאַ פֿאָגעל און רעזשיסירט דורך רבֿקה טײַכמאַן, דערציילט די שטורמישע געשיכטע וועגן דער אויפֿפֿירונג פֿון שלום אַשס ייִדישער דראַמע „גאָט פֿון נקמה” אין ניו־יאָרק אין 1923.

פֿון רעכטס: פּאַולאַ פֿאָגעל און רבֿקה טײַכמאַן
Getty Images
פֿון רעכטס: פּאַולאַ פֿאָגעל און רבֿקה טײַכמאַן

אַשס פּיעסע נעמט אַרײַן אַ ייִדישן בעל־הבית פֿון אַ „הײַזל״, ייִדישע פּראָסטיטוטקעס, אַ ספֿר־תּורה ווי אַ בינע־חפֿץ, און בולטע סצענעס פֿון לעסבישער ליבע. די דראַמע האָט אַש אָנגעשריבן אין 1906 ווען ער איז געווען 26 יאָר אַלט, און איז דעביוטירט געוואָרן דווקא אויף דײַטש אין בערלין; דערנאָך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט און אויף אַנדערע שפּראַכן ־ מיט גרויסער הצלחה.

נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע, מיט דער זעלביקער אייראָפּיִשער טרופּע (מיטן באַרימטן רודאָלף שילדקרויט אין דער הויפּטראָלע), האָט זי נישט געמאַכט קיין צו גרויסן רעש ווען מען האָט זי פֿאָרגעשטעלט אויף ייִדיש. אָבער ווען די טרופּע איז אַריבער אויף בראָדוויי — און אויף ענגליש — אין 1923, האָט די פּיעסע אַרױסגערופֿן ממש אַ סקאַנדאַל. דער פּוריטאַנישער אַמעריקאַנער עולם פֿון איין צד, און די ייִדן װאָס האָבן סיך געסאָרגט אַז ס׳איז „אַ שאַנדע פֿאַר די גוייִם”, האָבן געמאַכט יד־אַחת נישט צו דערלאָזן די בראָדוויי־אויפֿפֿירונג ווײַטער אָנגיין. מע האָט אַרעסטירט די טרופּע און זי געמשפּט אין געריכט פֿאַר שפּילן און אויפֿפֿירן אַן „אוממאָראַלישע פּיעסע”.

פֿאָגעל האָט אַנטפּלעקט אַשעס פּיעסע אין קאָלעדזש, אויספֿאָרשנדיק קולטורעלע רעפּרעזענטירונגען פֿון לעסבישער ליבע אין אַמעריקע צװישן די 1920ער און 1940ער יאָרן. די שיינקייט פֿון די לעסבישער סצענעס, וווּ אַש קוקט נישט מיט פֿאָראורטייל אויף דער ליבע פֿון צוויי פֿרויען, איז איר שטאַרק געפֿעלן. אין איינעם מיט טײַכמאַן, וואָס איר זיידע איז געווען אַ ייִדישער פּאָעט, האָבן זיי אָנגעשריבן די דראַמע „אויסגעלאַסן”, וואָס פֿירט אַ לאַנגע און רושמדיקע מעטאַ־טעאַטראַלישע דיסקוסיע װעגן אַשס שאַפֿונג. דאַדורך רירט זי אָן אַזעלעכע טעמעס ווי די געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע, לעסבישקייט, קינסטלערישע פֿרײַהייט און דער כּוח פֿון קונסט בכלל.