זינט איר עפֿענונג אינעם „קאָרט טעאַטער” אױף בראָדװײ איז די פּיעסע “Indecent” [אױסגעלאַסן] געבענטשט געװאָרן מיט פֿול געפּאַקטע זאַלן, לױב פֿון די רעצענזענטן און צוויי „טאָני‟־פּרעמיעס. אַ שאָד וואָס די פּיעסע שליסט זיך דעם 25סטן יוני, ווײַל זי איז טאַקע אויסערגעוויינטלעך. איך הער פֿון געוויסע מענטשן, אַז זיי האָבן זי שוין אַפֿילו געזען צום דריטן מאָל.
די פּיעסע, אָנגעשריבן פֿון פּאַולאַ פֿאָגעל און רעזשיסירט דורך רבֿקה טײַכמאַן, דערציילט די שטורמישע געשיכטע וועגן דער אויפֿפֿירונג פֿון שלום אַשס ייִדישער דראַמע „גאָט פֿון נקמה” אין ניו־יאָרק אין 1923.
אַשס פּיעסע נעמט אַרײַן אַ ייִדישן בעל־הבית פֿון אַ „הײַזל״, ייִדישע פּראָסטיטוטקעס, אַ ספֿר־תּורה ווי אַ בינע־חפֿץ, און בולטע סצענעס פֿון לעסבישער ליבע. די דראַמע האָט אַש אָנגעשריבן אין 1906 ווען ער איז געווען 26 יאָר אַלט, און איז דעביוטירט געוואָרן דווקא אויף דײַטש אין בערלין; דערנאָך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט און אויף אַנדערע שפּראַכן ־ מיט גרויסער הצלחה.
נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע, מיט דער זעלביקער אייראָפּיִשער טרופּע (מיטן באַרימטן רודאָלף שילדקרויט אין דער הויפּטראָלע), האָט זי נישט געמאַכט קיין צו גרויסן רעש ווען מען האָט זי פֿאָרגעשטעלט אויף ייִדיש. אָבער ווען די טרופּע איז אַריבער אויף בראָדוויי — און אויף ענגליש — אין 1923, האָט די פּיעסע אַרױסגערופֿן ממש אַ סקאַנדאַל. דער פּוריטאַנישער אַמעריקאַנער עולם פֿון איין צד, און די ייִדן װאָס האָבן סיך געסאָרגט אַז ס׳איז „אַ שאַנדע פֿאַר די גוייִם”, האָבן געמאַכט יד־אַחת נישט צו דערלאָזן די בראָדוויי־אויפֿפֿירונג ווײַטער אָנגיין. מע האָט אַרעסטירט די טרופּע און זי געמשפּט אין געריכט פֿאַר שפּילן און אויפֿפֿירן אַן „אוממאָראַלישע פּיעסע”.
פֿאָגעל האָט אַנטפּלעקט אַשעס פּיעסע אין קאָלעדזש, אויספֿאָרשנדיק קולטורעלע רעפּרעזענטירונגען פֿון לעסבישער ליבע אין אַמעריקע צװישן די 1920ער און 1940ער יאָרן. די שיינקייט פֿון די לעסבישער סצענעס, וווּ אַש קוקט נישט מיט פֿאָראורטייל אויף דער ליבע פֿון צוויי פֿרויען, איז איר שטאַרק געפֿעלן. אין איינעם מיט טײַכמאַן, וואָס איר זיידע איז געווען אַ ייִדישער פּאָעט, האָבן זיי אָנגעשריבן די דראַמע „אויסגעלאַסן”, וואָס פֿירט אַ לאַנגע און רושמדיקע מעטאַ־טעאַטראַלישע דיסקוסיע װעגן אַשס שאַפֿונג. דאַדורך רירט זי אָן אַזעלעכע טעמעס ווי די געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע, לעסבישקייט, קינסטלערישע פֿרײַהייט און דער כּוח פֿון קונסט בכלל.
„אויסגעלאַסן” הייבט זיך אָן אין וואַרשע, אָנהייב 1920ער יאָרן. דער יונגער אַש ברענגט זײַן פּיעסע צו אַ פֿאָרלייענונג בײַ פּרצעס ליטעראַרישן סאַלאָן. נאָך דער פֿאָרלייענונג עצהט פּרץ אַשן אָפּצוברענען זײַן טעקסט מחמת זײַן סקאַנדאַליעזן אינהאַלט. אַש זאָגט זיך מיט ברען אָפּ, און, דערמוטיקט פֿון זײַן פֿרוי און פֿון אַ מענטש מיט װעמען ער באַקענט זיך בײַ פּרצן, נעמט ער די פּיעסע צום הויפּט קולטור־צענטער פֿון יענער צײַט — בערלין, און די געשיכטע הייבט זיך אָן.
פֿאָגעל און טײַכמאַן האָבן געמאַכט אַ פּאָר וויכטיקע און אינטערעסאַנטע עסטעטישע און אינהאַלטלעכע באַשלוסן. ערשטנס, שפּילן אַ פּאָר אַקטיאָרן פֿאַרשידענע און בײַטנדיקע ראָלעס (איין אַקטיאָר שפּילט אַלע אַלטע געשטאַלטן; איינער — אַלע יונגע, און די זעלבע לגבי די פֿרויען־געשטאַלטן); אַ באַשלוס וואָס פֿאַרשטאַרקט דעם גאָר אוניווערסאַלן באַטײַט פֿון „אויסגעלאַסן”, וועלכע איז גלײַכצײַטיק גאָר אַ ייִדישע פּיעסע.
צווייטנס, גיבן זיי אָפּ זייער אַ סך כּבֿוד די ייִדישע וואָרצלען פֿון דער פּיעסע און דער ייִדישער שפּראַך בכלל. ייִדיש פֿיגורירט איבער דער גאַנצער לענג־און־ברייט פֿון דער דראַמע: אַלע וואַנט־טיטלען אויף דער בינע קומען מיט שריפֿטן סײַ אויף ענגליש סײַ אויף ייִדיש; מע הערט ייִדיש פֿון די מײַלער פֿון די אַקטיאָרן מיט ענגלישע סופּערטיטלען אָדער אָן דעם. איך האָב למשל געדאַרפֿט איבערזעצן אַ פּאָר זאַצן פֿון ייִדיש צו מײַן ענגליש־רעדנדיקן פּאַרטנער. איין אַקטריסע זאָגט למשל נאָר אויף ייִדיש: „איך וואָלט זיך פֿאַרקויפֿט פֿאַר אַ פּאַפּיראָס!” — זיכער אַ שיינע זאַך צו זען אויף דער בראָדוויי־בינע. ווען די העלדן רעדן ענגליש אין אַמעריקע, קומט זייער שפּראַך אַרויס מיט אַ שטאַרקן ייִדישן אַקצענט. דאָ און דאָרט האָב איך פֿאָרט באַמערקט קליינטשיקע לינגוויסטישע און קולטורעלע גרײַזן, אָבער דער סך־הכּל איז גאָר־גאָר פּאָזיטיוו און רושמדיק. דריטנס, וואָס שײך דעם אינהאַלט, נישט געקוקט אויף דעם אַז דער חורבן און די ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע ווערן דאָ יאָ דערמאָנט, באַקומען ביידע טעמעס אַן אומגעװײנטלעכע באַהאַנדלונג. דאָ איז דער חורבן נישט בבֿחינת קיין סוף־פּסוק פֿון דער געשיכטע, אי ווײַל דער קאַמף פֿאַר ליבע, לעבן און פֿרײַהייט און קעגן אונטערדריקונג און אומטאָלערענץ גייט אָן װײַטער, אי צוליב דער הײַנטיקער שײַכדיקייט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור. װי אַ פּועל־יוצא ווערט די ייִדישע אימיגראַציע אין אַמעריקע דאָ נישט געשילדערט װי פּשוט אַ ראָמאַנטישע געשיכטע פֿון דערלייזונג און מאָדערניזירונג.
אין אַמעריקע טרעפֿן די ייִדן אויך דיסקרימינאַציע, און קולטורעלע און פּאָליטישע רדיפֿות. הגם ס’איז דאָ איין קורצע סצענע װוּ ייִדן נעמען אַראָפּ באָרד און פּאות ווען זיי קומען אין לאַנד, דערציילט בעצם די גאַנצע פֿאָרשטעלונג דעם גורל פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע. אָט די קולטור האָט מיט זיך אַהערגעבראַכט אַזעלכע פּראָגרעסיווע קולטורעלע און פּאָליטישע געדאַנקען, אַז זײ װערן עד־היום אין אַ געוויסן מאָס באַטראַכט ווי צו פּראָגרעסיוו פֿאַרן אַמעריקאַנער הויפּטשטראָם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.