(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַ דרינגנדיקע פֿראַגע וואָס עקבערט און מע מוז אַרויפֿברענגען איז, וואָס וועט זײַן מיטן רײַכן אַרכיװ רעקאָרדירונגען פֿון דער ייִדיש־אָפּטיילונג, וואָס האָט זיך אָנגעזאַמלט אין פֿאַרלויף פֿון צענדליקער יאָרן? ס׳רעדט זיך דאָך ממש וועגן אַן אוצר וואָס באַשטייט פֿון פּראָגראַמען וואָס זענען רעקאָרדירט געוואָרן זינט די פֿופֿציקער יאָרן און מ׳הערט אין זיי די שטימען פֿון די זשורנאַליסטן, שרײַבער און פּערזענלעכקייטן וועלכע זענען פֿריִער דאָ אויסגערעכנט געוואָרן. מ׳דאַרף ניט דערלאָזן קיין שום הפֿקרות אויף דעם געביט. די אַלע אַרכיוון מוזן ווי געהעריק אָפּגעהיט ווערן. זיי מוזן אַריבערגיין צו דער נײַער מלוכישער סטאַנציע און קאָנען דינען ווי אַ קוואַל פֿאַר מעדיאַ־פֿאָרשערס און מ’קאָן זיי אויך פֿון צײַט צו צײַט ווידער טראַנסמיטירן.
דעם אמת געזאָגט, סײַ אין ראַדיאָ סײַ אין דער טעלעוויזיע, אויסער דער מלוכישער סטאַנציע, זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע קאַנאַלן וואס קאָנען ווידמען אַ געוויסן אויפֿמערק צו ייִדיש. אין טעלעוויזיע זענען פֿאַראַן, למשל, אַזעלכע קאַנאַלן ווי 2, 8, 10, 22 און אַנדערע. אָבער כּדי די ייִדישע שפּראַך זאָל אין זיי קומען צום אויסדרוק, מוז זיך די אַלגעמיינע אַטמאָספער אין לאַנד פֿולשטענדיק ענדערן. מיר זענען נאָך ווײַט דערפֿון. ביסלעכווײַז בײַט זיך עס, אָבער אין דער ריכטונג פֿון געבן אַ גרעסערן אָרט צו דער מזרחישער קולטור. מ׳קאָן ניט זאָגן, אַז דאָס איז אין גאַנצן נעגאַטיוו, ווײַל יעדעס מאָל, ווען עס שווימט אַרויף די עטנישע פֿראַגע, קאָן עס אומדירעקט אויך אויפֿוועקן דעם באַגער און שטרעבונגען בײַ די אַשכּנזישע ישׂראלים צו זייער אייגענער קולטור. נאָר לײַדער ווערט מערסטנס די עטנישע פֿראַגע אַרויסגעבראַכט אויף אַ פֿאַרקריפּלטן אופֿן און די באַוווּסטזיניקע ייִדישיסטן טרייסלען זיך דערווײַל אָפּ פֿון אָט דער טעמע. זיכער האָבן זיי זייערע סיבות.
אַן אינטערעסאַנטע דערשײַנונג וואָס שייך דער נײַער מלוכישער סטאַנציע. דער „פֿאַרבאַנד פֿון צענטראַל אייראָפּעישע ייִדן” (די יעקעס) האָט צעשיקט אַן אַנקעטע צווישן זײַנע מיטגלידער, כּדי אויסגעפֿינען ווי ווײַט זענען זיי צופֿרידן אָדער אומצופֿרידן מיט דער נײַער ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־סטאַנציע. פֿרעגן זיי דאָרט, צווישן אַנדערש, וועלכע איז די חשובֿסטע פֿון די נײַע עפֿנטלעכע טראַסמיסיעס? דאַרף די רעגירונג זיך אַרײַנמישן אין באַשטימען, ווער זאָלן זײַן אירע דירעקטאָרן און זשורנאַליסטן? איז עס געווען באַרעכטיקט צי נישט, דאָס אָפּשאַפֿן דעם געוועזענעם רשות השידור? די דאָזיקע אַנקעטע אַליין שפּיגלט אָפּ די אומקלאָרקייט וואָס הערשט אין ציבור, פֿאַר וואָס עס איז געשען וואָס עס איז געשען… נאָר דער וואָגן פֿאָרט ווײַטער, מ׳געוווינט זיך צו צו דער נײַער ווירקלכעקייט און מ׳קאָן זיך ניט אומקערן צו וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען.
די באַקאַנטע זינגערין רות לעווין, טאָכטער פֿונעם ייִדישן טרוּבאַדור לייבו לעווין, וואָס האָט שוין געאַרבעט אין דער ייִדיש־אָפּטיילונג, האָט שאַרף פּראָטעסטירט, הלמאי ווערט ייִדיש אין דער ראַדיאָ נאָך אַלץ באַטראַכט װי אַ „פֿרעמדע שפּראַך”. דאָס וואָלט דאָך רעלאַטיוו לײַכט געווען צו ענדערן, אָבער פֿאַרן עסטאַבלישמענט איז עס מסתּמא קאָמפּליצירט דאָס אָנערקענען ייִדיש און אַנדערע ייִדישע שפּראַכן װי אַ גאַנצקייט און זיי אָנרופֿן מיטן ריכטיקן נאָמען. דערווײַל איז פֿאַר זיי לײַכטער צו לאָזן איין שעה אַ וואָך אויף ייִדיש, ווי עפּעס אַן אָרנאַמענט, כּדי מ׳זאָל חלילה ניט זאָגן „מ׳האָט אין גאַנצן ליקווידירט די ייִדיש־טראַסמיסיעס”.
איז דער מצבֿ אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן? ניין. ס׳איז דאָ וואָס צו טאָן. און אפֿילו אַ סך. מ׳דאַרף אָבער לאָזן אין אַ זײַט די שוין אָפּגעדראָשענע אַרגומענטאַציעס און אויף זייער אָרט אַרײַנברענגען נײַע, פֿרישע און מער צוגעפּאַסטע מאָטיווירונגען צו די הײַנטיקע צײַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.