„ליכאָװאָ” איז דאָס װיכטיקסטע צװישן די פּובליקירטע װערק פֿונעם מערקװירדיקן רוסיש־ייִדישן שרײַבער דובֿ־בער לעװין.
לעװינס גורל איז ניט געװען קײן גליקלעכער. געבױרן אין 1904 אינעם װײַסרוסישן שטעטל ליאַדי, האָט ער זיך נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע באַזעצט אין לענינגראַד. דאָרט האָט ער זיך צוגעשלאָסן צו דער סבֿיבֿה פֿון אַװאַנגאַרדיסטישע רוסישע קינסטלער און ליטעראַטן. אין גיכן איז לעװין געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין דעם קרײַז פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „אָבעריִו”, װאָס איז געװען פֿאַרטאָן אין עקספּערימענטן מיט אַבסטראַקציע און גראָטעסק.
דערבײַ איז לעװין אָבער פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמע, און אַ בולטער סימן דערפֿון איז זײַן ליטעראַרישער נאָמען. צװישן זײַנע חבֿרים איז ער געװען באַקאַנט װי באָריס, אָבער פֿאַר זײַנע ביכער האָט ער גענוצט זײַן ייִדישן נאָמען, װאָס ער האָט געשריבן, מיט רוסישע אותיות, װי „דױװבער”.
אין דער סבֿיבֿה פֿון „אָבעריִו” האָט מען שטאַרק געהאַלטן פֿון לעװין און זײַן פּראָזע, װאָס איז פֿאַרבליבן ניט געדרוקט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. לעװין איז אומגעקומען אױפֿן פֿראָנט לעבן לענינגראַד אין 1941, און עד־היום װײסט מען גאָר ניט װעגן זײַנע ניט־פֿאַרעפֿטלעכטע װערק. װי אַ צאָל סאָװעטישע שרײַבער פֿונעם עקספּערימענטאַלן שניט, האָט לעװין אױך געשריבן פֿאַר קינדער, און די דאָזיקע װערק זײַנען יאָ געװען אָפּגעדרוקט. צװײ ביכער זײַנע, „די שוסטער־גאַס” און „צען װאַגאָנען”, דערצײלן װעגן דעם לעבן פֿון ייִדישע קינדער פֿאַר און נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע.
„ליכאָװאָ”, װאָס איז אַרױס אין 1934, איז אַ יוצא–דופֿן צװישן לעװינס געדרוקטע װערק. דאָס איז אַ „דערװאַקסענער” סאָװעטישער ראָמאַן װעגן קלאַסנקאַמף אין אַ װײַסרוסישן שטעטל בעת דער צאַרישער תּקופֿה. דער סיפּור־המעשׂה פּאַסט זיך גוט צו צו דעם שאַבלאָן פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. די דערשלאָגענע װעבער שטעלן זיך אַנטקעגן דעם בעל־הבית דעם בלוט־זױגער און אָרגאַניזירן דעם ערשטן שטרײַק אין אַ פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל. נאָר דער קינסטלערישער חידוש פֿונעם ראָמאַן האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער אידעאָלאָגישער פּאַרטײ־ליניע. יעדער פּרט, יעדע סאַמע קלענסטע באַשרײַבונג פֿון אַ פּאַרשױן אָדער לאַנדשאַפֿט איז איבערראַשנדיק שטאַרק.
„ליכאָװאָ” איז מסתּמא די סאַמע פֿינצטערע און שרעקלעכע שילדערונג פֿונעם אַמאָליקן שטעטל אין דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור. דער ראָמאַן איז ממשיך די טראַדיציע פֿון נאַטוראַליזם, װאָס הײבט זיך אָן מיט מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער” און ציט זיך װײַטער איבער י. ל. פּרצעס „בילדער פֿון דער פּראָװינץ־רײַזע”, איטשע־מאיר װײַסנבערגס „שטעטל”, עוזר װאַרשאַװסקיס „שמוגליאַרס” און לײב קװיטקאָס „ליאַם און פּעטריק”. נאָכן חורבן האָט זיך די דאָזיקע טראַדיציע איבערגעריסן. אײניקע קריטיקער און פּעדאַגאָגן האָבן געהאַלטן, אַז עס פּאַסט ניט צו מאָלן דאָס אומגעבראַכטע שטעטלדיקע קהילה־קדושה אין פֿינצטערע פֿאַרבן.
ניט געקוקט אױף דעם מאַרקסיסטישן מוסר, איז „ליכאָװאָ” װײַט ניט קײן סאָציאַליסטיש־רעאַליסטישער סאָװעטישער ראָמאַן. דער סטיל שפּיגלט אָפּ די עסטעטישע עקספּערימענטן פֿונעם רוסישן אַװאַנגאַרד אױפֿן שװעל פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן. װאַלערי דימשיץ, דער מחבר פֿון דער הקדמה צו דער איצטיקער אױסגאַבע, מאַכט אַ פֿאַרגלײַך צװישן לעװין און דעם לענינגראַדער קינסטלער פּאַװעל פֿילאָנאָװ. פֿילאָנאָװס „אַנאַליטישע קונסט” האָט ניט געמאַכט קײן אונטערשיד צװישן דעם פּרט און דעם כּלל. די סאַמע קלענסטע דעטאַלן װערן דאָ געשילדערט מיט פּונקט אַזאַ התמדה און פֿולקײט װי דאָס גאַנצע בילד. די דערצײלונג רירט זיך פּאַמעלעך, װי בכּיװן פֿאַרשלעפּט. יעדער טאָג װערט באַשריבן פֿון אין דער פֿרי ביז אָװנט, און די גאַנצע האַנדלונג פֿאַרנעמט אײן װאָך, פֿון מיטװאָך ביז דינסטיק אינמיטן אַ הײסן זומער. די דאָזיקע „װאָכעדיקײט” פֿון „ליכאָװאָ” דערמאָנט אָן משה קולבאַקס ראָמאַן „מאָנטיק”. די שפּאַנונג װערט אױפֿגעבױט פּאַמעלעך, דער כּוח פֿון געװאַלד האַלט אין אײן װאַקסן אַלץ שטאַרקער און ברײטער, אָבער קײן לייזונג פֿונעם קאָנפֿליקט קומט ניט פֿאָר.
לעװין שילדערט דאָס שטעטל װי אַ מיאוסער זאַמלפּונקט פֿון כּלערלײ קאַליקעס, בעטלער, נאַראָנים און אױסװוּרפֿן. דאָס לעבן אינעם שטעטל איז אָרעם, שמוציק, און האָט ניט קײן אױסזיכטן אױף אַ בעסערער צוקונפֿט. לעװין מאַכט ניט קײן חילוק צװישן ייִדן, פּאָליאַקן און װײַסרוסן, װאָס באַװױנען דאָס שטעטל און זײַנע סבֿיבֿות, אָבער ער באַשרײַבט די טאָפּאָגראַפֿיע פֿונעם שטעטל זײער פּינקטלעך, מיט פּרעציזע שאַרפֿזיניקע סאָציאַלע און עטנאָגראַפֿישע קאָמענטאַרן. ליכאָװאָ איז אַן אױסגעטראַכט שטעטל אינעם װײַסרוסישן פּאָלעסיע, אַרומגערינגלט מיט װעלדער און בלאָטעס. דאָס רובֿ תּושבֿים זײַנען װעבער, װאָס אַרבעטן אין זײערע שטיבער אױף דעם רײַכן בעל־הבית. דימשיץ האַלט, אַז דער פּראָטאָטיפּ פֿון ליכאָװאָ איז די שטאָט דובראָװנע, װאָס איז געװען באַרימט מיט אירע טליתים.
מיר װײסן ניט װי װײַט לעװין איז געװען באַהאַװנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער „ליכאָװאָ” פֿאַרמאָגט אַ סך פּאַראַלעלן מיטן ייִדישן נאַטוראַליזם. אײנצײַטיק איז דאָס אַ מײַסטערװערק פֿונעם רוסישן אַװאַנגאַרד, ענלעך צו די װערק פֿון לעװינס מיטצײַטלער װי פּאַװעל זאַלצמאַן. דער מחבר באַקוקט די װירקלעכקײַט אונטער אַ מעכטיקן שפּאַקטיװ, װאָס פֿאַרגרעסערט די סאַמע קלענסטע מיאוסע פּרטים. זײַנע אימאַזשן קראַצן זיך אַרײַן אינעם לײענערס כּוח־הדמיון װי בײזע חלומות. דער מחבר איז אַ מין קאַלט־בלוטיקער נאַטור־פֿאָרשער, װאָס באַטראַכט דאָס שטעטל װי אַ נעסט מיט פֿאַרשידענע חיות װאָס װערן געטריבן פֿון פּרימיטיװע אינסטינקטן. ער זוכט דערין שפּורן פֿון באַװוּסזיניקײט, װאָס דריקט זיך אַרױס דורך עקאָנאָמישע אינטערעסן פֿון פֿאַרשידענע קלאַסן.
אָבער ניט געקוקט אױף אָט דעם בולטן מאַרקסיסטישן טײַטש, האָט די סאָװעטישע קריטיק אױפֿגענומען ליכאָװאָ גאַנץ קאַלט, און מען האָט אָן דעם בוך פֿאַרגעסן גלײַך נאָך זײַן פּובליקאַציע. פֿאַר אונדז אָבער איז „ליכאָװאָ” אינטערעסאַנט קודם־כּל צוליב זײַן דרײסטער עקספּרעסיאָניסטישער עסטעטיק, װאָס ברענגט צונױף דעם ייִדישן נאַטוראַליזם מיט רוסישן אַװאַנגאַרד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.