דאָס ייִדישע שטעטל אונטער אַ האַרבן שפּאַקטיװ

The Shtetl Under a Harsh Magnifying Glass


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 25, 2017, issue of June 29, 2017.

„ליכאָװאָ” איז דאָס װיכטיקסטע צװישן די פּובליקירטע װערק פֿונעם מערקװירדיקן רוסיש־ייִדישן שרײַבער דובֿ־בער לעװין. 

לעװינס גורל איז ניט געװען קײן גליקלעכער. געבױרן אין 1904 אינעם װײַסרוסישן שטעטל ליאַדי, האָט ער זיך נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע באַזעצט אין לענינגראַד. דאָרט האָט ער זיך צוגעשלאָסן צו דער סבֿיבֿה פֿון אַװאַנגאַרדיסטישע רוסישע קינסטלער און ליטעראַטן. אין גיכן איז לעװין געװאָרן אַ חשובֿע פֿיגור אין דעם קרײַז פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע „אָבעריִו”, װאָס איז געװען פֿאַרטאָן אין עקספּערימענטן מיט אַבסטראַקציע און גראָטעסק. 

דערבײַ איז לעװין אָבער פֿאַרבליבן געטרײַ דער ייִדישער טעמע, און אַ בולטער סימן דערפֿון איז זײַן ליטעראַרישער נאָמען. צװישן זײַנע חבֿרים איז ער געװען באַקאַנט װי באָריס, אָבער פֿאַר זײַנע ביכער האָט ער גענוצט זײַן ייִדישן נאָמען, װאָס ער האָט געשריבן, מיט רוסישע אותיות, װי „דױװבער”.

אין דער סבֿיבֿה פֿון „אָבעריִו” האָט מען שטאַרק געהאַלטן פֿון לעװין און זײַן פּראָזע, װאָס איז פֿאַרבליבן ניט געדרוקט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. לעװין איז אומגעקומען אױפֿן פֿראָנט לעבן לענינגראַד אין 1941, און עד־היום װײסט מען גאָר ניט װעגן זײַנע ניט־פֿאַרעפֿטלעכטע װערק. װי אַ צאָל סאָװעטישע שרײַבער פֿונעם עקספּערימענטאַלן שניט, האָט לעװין אױך געשריבן פֿאַר קינדער, און די דאָזיקע װערק זײַנען יאָ געװען אָפּגעדרוקט. צװײ ביכער זײַנע, „די שוסטער־גאַס” און „צען װאַגאָנען”, דערצײלן װעגן דעם לעבן פֿון ייִדישע קינדער פֿאַר און נאָך דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע. 

„ליכאָװאָ”, װאָס איז אַרױס אין 1934, איז אַ יוצא–דופֿן צװישן לעװינס געדרוקטע װערק. דאָס איז אַ „דערװאַקסענער” סאָװעטישער ראָמאַן װעגן קלאַסנקאַמף אין אַ װײַסרוסישן שטעטל בעת דער צאַרישער תּקופֿה. דער סיפּור־המעשׂה פּאַסט זיך גוט צו צו דעם שאַבלאָן פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם. די דערשלאָגענע װעבער שטעלן זיך אַנטקעגן דעם בעל־הבית דעם בלוט־זױגער און אָרגאַניזירן דעם ערשטן שטרײַק אין אַ פֿאַרװאָרפֿענעם שטעטל. נאָר דער קינסטלערישער חידוש פֿונעם ראָמאַן האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער אידעאָלאָגישער פּאַרטײ־ליניע. יעדער פּרט, יעדע סאַמע קלענסטע באַשרײַבונג פֿון אַ פּאַרשױן אָדער לאַנדשאַפֿט איז איבערראַשנדיק שטאַרק. 

„ליכאָװאָ” איז מסתּמא די סאַמע פֿינצטערע און שרעקלעכע שילדערונג פֿונעם אַמאָליקן שטעטל אין דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור. דער ראָמאַן איז ממשיך די טראַדיציע פֿון נאַטוראַליזם, װאָס הײבט זיך אָן מיט מענדעלעס „פֿישקע דער קרומער” און ציט זיך װײַטער איבער י. ל. פּרצעס „בילדער פֿון דער פּראָװינץ־רײַזע”, איטשע־מאיר װײַסנבערגס „שטעטל”, עוזר װאַרשאַװסקיס „שמוגליאַרס” און לײב קװיטקאָס „ליאַם און פּעטריק”. נאָכן חורבן האָט זיך די דאָזיקע טראַדיציע איבערגעריסן. אײניקע קריטיקער און פּעדאַגאָגן האָבן געהאַלטן, אַז עס פּאַסט ניט צו מאָלן דאָס אומגעבראַכטע שטעטלדיקע קהילה־קדושה אין פֿינצטערע פֿאַרבן.