שאַפֿן טעאַטער פֿאַר יונג און אַלט איז אין מײַן בלוט

Creating Theater for Young and Old Is In My Blood

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published June 28, 2017, issue of June 29, 2017.

זעט אויס, אַז איך בין שטענדיק געווען פֿאַרכּישופֿט פֿון טעאַטער. ווען דער פֿאָרהאַנג דראַפּעט זיך אַרויפֿצו, קלאַפּט אין מיר דאָס האַרץ, די טענער פֿון דער מוזיק פֿאַרהילכן דעם זאַל, די בינע לויכט אויף, די דעקאָראַציעס טראָגן דיך אַוועק אין די ווײַטע מקומות און די ערשטע שפּילער באַווײַזן זיך. די שיינע, יונגע אַקטריסע באַווײַזט זיך מיט אַ פֿול מויל מיט טענער, דעמאָלט קענסטו זיך מאַכן באַקוועם אויפֿן פֿאָטעל אין טעאַטער און אָנהייבן חלומען.

די אַקטריסע איז פֿאַרליבט און איך אויך… מיטאַמאָל אַ סומאַטאָכע, דו כאַפּסט זיך אויף, וואָס האָט פּאַסירט? די פּיעסע איז געקומען צו אַ סוף, עס פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג און דו ביסט צוריק דו.

פֿון וואַנען קומט מײַן ליבשאַפֿט צום טעאַטער? מײַן טאַטע האָט נישט געהאַט קיין קינדהײט; די מאַמע איז בײַ אים אָפּגעשטאָרבן ווען ער איז אַלט געווען דרײַ, די שטיף־מוטער, אַ פּאַריקמאַכערין האָט זיך נישט געקענט באַפּאָרען, איז מײַן טאַטע צו דרײַ געווען אַ לאָבוס; זײַן שוועסטערל אנדערהאַלבן יאָר אַלט האָט געציטערט פֿאַר שרעק, דער שטיפֿמוטערס אייגענע קינדער זײַנען איר דערגאַנגען די יאָרן, אַלע האָבן געהונגערט, און איר מאַן, מײַן זיידע בעריש איז אַוועק קעמפֿן קעגן דעם צאַר ניקאָלײַ אין 1914 און קיין מאָל נישט צוריקגעקומען.

איז מײַן טאַטע אויסגעוואַקסן אין גאַס, אויפֿן הויף, זיך געשלאָגן מיט דער חבֿרה לאָבוסעס און פּראָסטע מיידן אויפֿן הויף, ביז ער איז אויסגעוואַקסן און געוואָרן אַ לײַט, באַקומען אַרבעט אין דער ייִדישער צײַטונג אין לאָדזש בײַם רעדאַקטער לאַזאַר קאַהן.

דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט די שווערע דיפּרעסיע אין די דרײַסיקער יאָרן, זײַן מיידל איז אַוועק קיין קאַנאַדע און נישט געשיקט נאָך אים. דעמאָלט האָט ער געשוואַרצט די גרענעץ און געזוכט יושר און גערעכטיקייט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, בײַ סטאַלינען ימח שמו. צום סוף האָט זיך אונטערגערוקט דער שקלאַפֿן־לאַגער ווו אויסגעהונגערטע מיידלעך און ייִנגלעך האָבן זיך געזעטיקט מיט סעקס. אַזוי אַרום בין איך געקומען אויף דער וועלט.

נאָך דער באַפֿרײַונג, אין דער גרויסער רוסישער שטאָט סאַראַטאָוו, איז מײַן טאַטע ווידער געוואָרן אַ צײַטונגסמאַן, פֿלעגט ער מיך שלעפּן אין קינאָ, אין קינדער־טעאַטער, אין דער אָפּערע און אין צירק. דאָרט האָט מײַן פֿאַנטאַזיע אויפֿגעוואַכט. אַ בינע, אַ פֿאָרהאַנג, מוזיק, טענץ, און איך האָב געפֿלאַטערט ווי אַ זומערפֿייגעלע אין דמיון.

ווען איך האָב דאָ אין אַמעריקע געחלומט פֿון טעאַטער בין איך שוין געווען 21 יאָר אַלט. איז אונטערגעקומען מײַן ערשט קינד, מײַן זינדעלע אַבֿרהמל, (אַבֿי) אַ שפּילפֿויגל. האָט ער זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ יונג מאַמעלע, וואָס האָט ליב מוזיק, שפּילט אויף דער פּיאַנע, די גיטאַרע און אויטאָהאַרף, האָט מען געזונגען, געטאַנצט און אַרומגעפֿלאַטערט איבער דער דירה ווי צוויי גליקלעכע שמעטערלינגען, ביז איך בין געוואָרן די קינדערגאָרטן־לערערין אין שלום־עליכם שול 21, אויף ביינברידזש עוועניו אין דער בראָנקס. דאָרט האָב איך אָנגעשריבן מײַן ערשטע פּיעסע מיט מײַן טײַערע חבֿרטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. געהייסן האָט דאָס מוזיקאַלישע פּיעסעלע „אַלף אַבֿרהמל!‟ פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן פֿינף־יעריקער אַבֿרהמל האָט געשפּילט די הויפּטראָלע און ס’איז געגאַנגען בערך אַזוי:

„א‟ אַבֿרהמל
איז געגאַנגען אין וואַלד
„ב‟ האָט אַ בער אים
דערזען דאָרטן באַלד…

דאָס גאַנצע פּיעסעלע איז געווען באַזירט אויפֿן אַלף־בית.

לאָמיר איבערהיפּען אַ פּאָר יאָר און מיר געפֿינען זיך אין ישׂראל אין די זיבעציקער יאָרן. איך לערן ייִדישע קינדער אין דער בונדישער שול אויף קלישר גאַס 48 אין תּל־אָבֿיבֿ. אַלע זעכציק קינדער זײַנען ספֿרדים, געקומענע פֿון איראַק, מאַראָקאַ און סודאַן. איך פֿרעג זיי: „צו וואָס טויג אײַך ייִדיש?‟

ענטפֿערן זיי: „מיר ווילן זײַן אשכּנזים!‟

וואָס זשע טוט מען מיט זיי? איז מיר אײַנגעפֿאַלן — מיר וועלן שפּילן קינדער־טעאַטער! מ’האָט מיר צוגעשטעלט אַ פּיאַניסט, און איך האָב איבערגעזעצט גאַנצע שטחים ד״ר סוסעס לידעלעך און מיר האָבן זיי אויסגעשפּילט.

„צו פֿיל בנימינס‟

(Too Many Daves)

האָב איך אײַך דערציילט אַמאָל —
פֿון דער פֿרוי טשינג־טשאַן־טשין?
וואָס אין איינעם האָט זי געהאַט
זיבעצן זין —
און אַלע האָבן געהייסן איין נאָמען:
בנימין!
אַזוי האָט זי טאַקע געטאָן, גיי פֿאַרשטיי.
ווען זי וויל האָבן איינעם,
לאָמיר זאָגן דעם קליינעם,
פֿלעגט זי טאָן אַ געשריי:
„ב־נ־י־מ־י־ן!‟
פֿלעגן קומען צו לויפֿן אַלע זיבעצן זין —
די אָרעמע פֿרוי טשינג־טשאַן־טשין!

נאָך דעם האָבן מיר אויפֿגעפֿירט „ליאַלקעס‟, וואָס ייִדישע קינדער מיט זייער לערער האָבן פֿאַרפֿאַסט אין די 1930ער יאָרן, דעם סוזשעט מיט דער מוזיק, אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, לעבן וואַרשע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די שפּיל האָט געהאַט צו טאָן מיטן סאָציאַל, פּאָליטישן סיכסוך צווישן אַרבעטער און בעלי־בתּים.

די קינדער האָבן בײַ מיר אין תּל־אָבֿיבֿ געשפּילט אויף קינדערשע אינסטרומענטן און דער פּיאַניסט האָט צוגעהאָלפֿן. די ייִדישע פּרעסע אין קאַנאַדע, אויסטראַליע און אייראָפּע האָבן געשריבן וועגן דער אויפֿפֿירונג. דאָס ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־וועזן האָט עס פֿילמירט און אַפֿילו געווידמעט אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם דער טעמע מיטן רעדאַקטער פֿון „אונדזער צײַט‟, מרדכי צאַנין, און אַ חבֿרה העברעיִסטן, אידעאָלאָגישע פֿאַנאַטיקער וואָס האָבן זיך גערופֿן „די כּנענים‟ וואָס האָבן אָפּגעלאַכט און חוזק געמאַכט פֿון ייִדיש, דער עיקר דאָס לערנען ייִדיש אין ישׂראל.

דערווײַל האָט מען געוויזן אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע סצענקעס פֿון „ליאַלקעס‟ ווי די קינדער האָבן עס אויסגעשפּילט:

„מיר האָבן ליב ווען קינדער לאַכן
כאַ, כאַ, כאַ…
ווען ליאַלקעס שיינע קונצן מאַכן
האָסט געזען ווי ליאַלקעס טאַנצן?
האָסט געהערט ווי ליאַלקעס זינגען?…

איך בין דאָ דער בעל־הבית —
איך וויל איר זאָלט עס וויסן,
וועלכע ליאַלקע האָט אַליין
די שליסעלעך געשמיסן?…

מיר זײַנען נאָר פּאַיאַצעלעך
און קינדער קליינע מיינען
אַז ס’קענען טאַנצן ליאַלקעלעך
און שפּרינגען, לאַכן, וויינען.
מיר טוען נאָר די קונצעלעך,
וואָס ס’וויל דער הער דירעקטאָר,
ער טוט אַ דרײַ בײַם שליסעלע —
און אונדז דערמיט באַוועגט ער…

די „ליאַלקעס‟ זײַנען געווען אַ שלאַגער אין ישׂראל.

צוריק אין אַמעריקע… דער בינע־פֿאָרהאַנג שטייט מיר פֿאַר די אויגן, איך און מײַן גוטע חבֿרטע רינה באָראַ העלפֿט מיר פֿאַרפֿאַסן „די לידער פֿון גן־עדן‟ זי פֿרעגט מיך אין 1988: „פֿאַר וועמען שרײַבן מיר די פּיעסע?‟

ענטפֿער איך איר: „פֿאַרן שופֿלאָד! איך האָב אָבער אַ געפֿיל אַז די פּיעסע וועט געפֿינען אַן אויסלייזונג.‟

איז מיר אונטערגעקומען דזשאָו פּאַפּ (יאָסעלע פּאַפּיראָווסקי) דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ פֿון שעקספּיר־פֿעסטיוואַל און „פּאַבליק טעאַטער‟, דער מענטש וועלכער האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַר „שעקספּיר אין פּאַרק‟ און געוווּנען; דער זעלבער דזשאָו איז געווען פֿאַרליבט אין ייִדיש, גערעדט און געזונגען ייִדיש. ער האָט דער ערשטער געשטעלט אין זײַן באַרימטן טעאַטער „לידער פֿון גן־עדן‟.

און פֿון דעמאָלט אָן איז די פּיעסע אויסגעווען אַ וועלט, אין אייראָפּע, ישׂראל און איבער אַמעריקע.

יאָסל (דזשאָו) פּאַפּ האָט מיך געעצהט איבערצוזעצן שעקספּירס פּיעסעס אויף ייִדיש, ער איז געווען אויסן צו שטעלן שעקספּירן אויף ייִדיש אין זײַן טעאַטער. האָב איך זיך גלײַך געשטעלט איבערצוזעצן אויף אַ פֿאָלקסטימלעכן ייִדיש וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט:

צו זײַן אָדער נישט צו זײַן?
דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן…
ווער זאָגט עס ס’איז אַ תּענוג
אויסצושטיין דאָס קאַלטס און וואַרעמס
פֿונעם פּאַסקודנעם גורל?
צי זיך אַנטקעגנשטעלן
דעם באַרג מיט צרות
און נעמען זאָל אַ סוף —
צום גאַנצן שבת־גדול…

איך האָב פֿאַר אים איבערגעזעצט „ראָמעאָ און יוליאַ‟, אָבער זעט אויס אַז גאָט האָט געהאַט אַנדערע פּלענער פֿאַר מײַן באַליבטן ייִדיש־ליבהאָבער און אים פֿון אונדז פֿאַריתומט אין יאָר 1991.

דאָ וויל איך נאָר דערמאָנען אַ טעאַטראַלישן, טראַגישן מאָמענט, ווען דזשאָו פּאַפּ האָט מיר געקלונגען אַ טאָג פֿאַר זײַן טויט מיט די ווערטער:

„מרים! איך עס נישט מער, איך האָב אָנגעוווירן דעם אַפּעטיט, איז טו מיר אַ טובֿה און מאַך מיר לאַטקעס.‟

מיט טרערן אין די אויגן האָב איך אים געברענגט די לאַטקעס, פּונקט ווי זײַן מאַמע האָט אַמאָל פֿאַר אים געמאַכט.

און אַזוי האָב איך זיך געזעגנט מיט אים אויף אייביק אָבער נישט פֿון פֿאַרפֿאַסן אַ שלל מיט ייִדישע פֿאָרשטעלונגען ביזן הײַנטיקן טאָג, אַ טייל פֿון זיי געלונגענע און אַנדערע וואַרטן נאָך אַלץ אויף אַן אויסלייזונג.