(די 2 טע זײַט פֿון 2)
על־פּי־שׂכל, ווילט זיך אונדז טראַכטן, אַז יעדער מענטש לעבט אין דער זעלביקער וועלט. שוואַרץ איז שוואַרץ, און ווײַס איז ווײַס; מע קאָן קלאָר באַשטימען פֿאַר אַלעמען, וואָס איז גוט און וואָס איז שלעכט. דאָס רעאַלע לעבן, אַזוי ווי די פּאַראַדאָקסאַלע מיצווה פֿון פּרה־אַדומה, איז נישט אַזוי פּשוט. עס טרעפֿן זיך היפּוכדיקע סיטואַציעס, ווען אַ טיפֿע מפּלה העלפֿט אונדז געפֿינען אַ וועג צו אַ העכערער גײַסטיקער השׂגה.
עס טרעפֿט זיך אויך, אַז ווען מע הייבט אָן זיך פֿילן הויך און גרויס, פֿאַלט מען, נעבעך, אינעם סאַמע תּהום אַרײַן. אַ געוויסער יחיד קאָן טראַכטן, אַז ווי באַלד ער איז אַ „שיינער ייִד‟, וואָס עסט מאכלים און טרינקט אַפֿילו וואַסער בלויז מיט צוויי־דרײַ פֿאַרשיידענע הכשרים, לערנט יעדן טאָג אַ דף־יומי און דאַוונט דרײַ מאָל אַ טאָג מיט אַ מנין, שטייט ער שוין אויפֿן שפּיץ פֿון דער רוחניותדיקער היעראַרכיע. די גאַנצע וועלט מוז אים באַדינען!
אין אַזאַ צוגאַנג שטעקט אַ סכּנה פֿון דער טיפֿסטער מפּלה. מע מיינט, אַז מע איז זיך מטהר, אָבער למעשׂה איז מען זיך מטמא טיפֿער און טיפֿער מיט דער גראָבער קליפּה פֿון גאווה.
די חסידישע צדיקים באַטאָנען, אַז געוויסע יחידי־סגולה זענען יאָ מסוגל צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון דער פּרה־אַדומה. אין אַזעלכע יחידים אַנטפּלעקט זיך דאָס געטלעכע ליכט, דורך וועלכן אָדם־הראשון האָט געקאָנט זען געטלעכקייט אין יעדן פּרט פֿון דער גאַנצער וועלט. אינעם סאַמע אומריינעם אָרט באַהאַלט זיך אַ פֿינקל קדושה. און פֿאַרקערט: אין אַ הייליקער זאַך קאָן מען צומאָל דערזען אַ שטיקל קליפּה, אויב מע קוקט פֿון אַן אַנדער קוקווינקל.
למשל, אינעם ספֿר־הזוהר ווערט באַטאָנט, אַז אַ תּפֿילה אָן אַ כּוונה איז אַזוי ווי אַ גוף אָן אַ נשמה. אויב מע דאַוונט אַלע תּפֿילות מיט אַ מנין, אָבער מע זאָגט די ווערטער אויף אַ מעכאַנישן אופֿן, פֿאַרוואַנדלט מען די תּפֿילות אין אַ טויטער ליידיקער רוטין.
דער מדרש זאָגט, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט דער חזיר ווערן כּשר. דאָס מיינט נישט, אַז מיר וועלן בוכשטעבלעך עסן חזיר־פֿלייש. אַ טייל קלאַסישע מפֿרשים, אַרײַנגערעכנט הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק, גלייבן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די מענטשן בכלל ווערן וועגעטאַריער. אין דער משיחישער תּקופֿה, ווען אַ וואָלף וועט שלום מאַכן מיט אַ שעפֿעלע, וועלן די מענטשן דערגרייכן אַ העכערע עטישע מדרגה און וועלן מער נישט שעכטן קיין בהמות. מע וועט אָבער קלאָר זען, אַז אַפֿילו אינעם חזיר אַנטפּלעקט זיך דאָס הייליקע געטלעכע ליכט.
אין פּרינציפּ, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה־ספֿרים, פֿאַרשפּרייטן נישט די צדיקים די טומאת־מת, ווײַל נאָך זייער פֿיזישער פּטירה בלײַבן זיי לעבן אינעם רוחניותדיקן זין. הגם אין אונדזער פּרשה פֿאַרנעמט די טעמע פֿונעם טויט אַ גרויס אָרט, וואָלטן מרים הנבֿיאה און אַהרן הכּהן זיכער נישט מטמא געווען, אויב עמעצער וואָלט זיי אָנגערירט נאָכן טויט. עס באַקומט זיך, אַז אַ גרויסער צדיק, זײַענדיק אַליין אינעם רוחניותדיקן זינען אַ „פּרה־אַדומה‟, איז גובֿר די אַלגעמיינע כּללים פֿון טומאת־מת.
דערציילנדיק וועגן דער פּטירה פֿון אַזעלכע גרויסע צדיקים, גיט אונדז די תּורה אַן אַנדער עלעמענט פֿונעם וועזן־פּאַראַדאָקס: צומאָל בלײַבט אַ גײַסטיק־דערהויבענער מענטש ריין און לעבעדיק, אינעם רוחניותדיקן זין, אַפֿילו נאָכן בוכשטעבלעכן טויט. און פֿאַרקערט: אַ גײַסטיק־טויטער מענטש, חלילה, קאָן פֿאַרשפּרייטן אַרום זיך שמוץ, נאָך ערגער ווי די בוכשטעבלעכע טומאת־מת.
הגם די פּאַראַדאָקסאַלע פּרה־אַדומה איז טאַקע אַ חוק, אַן איבערשׂכלדיקע מיצווה, קאָן מען זאָגן, אַז זי העלפֿט אונדז צו פֿאַרשטיין בעסער אונדזער וועזן. לעבן און טויט, עבֿירות און תּשובֿה, קדושה און קליפּה, קטנות און גדולה, זענען דיאַלעקטיש צונויפֿגעפֿלאָכטן. הלוואַי זאָלן מיר זיך געבן אַן עצה אָפּצורייניקן אונדזערע נשמות פֿון כּלערליי פֿלעקן און נישט באַשמוצן זיך אַליין און די אַנדערע מענטשן אויפֿן וועג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.