אויסשטעלונג אינספּירירט פֿון אוטאָפּישער ייִדישער נאָוועלע

Exhibit Inspired by a Utopian Yiddish Novella

Sergey Solonskij

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 30, 2017, issue of June 29, 2017.

מיט 99 יאָר צוריק האָט דער כּמעט־פֿאַרגעסענער ייִדישער שרײַבער און פֿאַרלעגער קלמן זינגמאַן אַרויסגעגעבן אַ נאָוועלע וואָס איז געווען אוניקאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור. קיין גרויסער ליטעראַרישער אויפֿטו איז זײַן בוך „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, דווקא ניט געווען, נאָר עס איז איינע פֿון די זעלטענע פֿאַנטאַסטישע ווערק פֿון בעלעטריסטיק אויף ייִדיש און אפֿשר די איינציקע אוטאָפּישע נאָוועלע צי ראָמאַן אויף מאַמע־לשון.

די לענגערע דערציילונג, וואָס שילדערט ווי אַזוי עס זעט אויס אַן אוטאָפּישער נוסח פֿון כאַרקאָוו מיטן נאָמען „עדעניאַ” — פֿונעם שורש „עדן” — מיט 25 יאָר שפּעטער (דאָס הייסט 1943), האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם קינסטלער יעווגעני פֿיקס, נאָכן לייענען אַן אַרטיקל פֿון גענאַדי עסטרײַך אינעם זשורנאַל Eastern European Jewish Studies.

„איך בין זייער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש בכלל אָבער נאָך מער — אינעם לינקן ייִדישיזם,‟ האָט פֿיקס דער­קלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „דערצו האָב איך אויך ליב אוטאָפּיעס, איז די נאָ­וועלע מיר אַוודאי געווען אינטע­רעסאַנט, ווײַל איך האָב קיינ­מאָל ניט געהאַט געלייענט אַזאַ זאַך אויף ייִדיש.”

נאָכן איבערלייענען דאָס בוך האָט פֿיקס באַשלאָסן צו אָר­גאַ­ניזירן אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון ווערק וואָס זענען אינספּירירט גע­וואָרן פֿון דער נאָוועלע. די אויסשטעלונג, טאַקע מיטן ייִדישן נאָמען „אין דער צו­קונפֿט־שטאָט עדע­ניאַ‟, האָט זיך געעפֿנט דעם 8טן יוני אין כאַרקאָוו בײַם „יערמילאָוו־צענטער”, איינע פֿון די וויכ­טיקסטע גאַלעריעס פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט אין אוק­ראַיִנע. זי וועט אָנגיין ביזן 9טן יולי.

דער פֿאַרלעגער, פּאָליטישער אַקטיוויסט און בעל־חלומות קלמן זינגמאַן (1889־1929) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל סלאָ­באָדקע, וועלט־באַרימט פֿאַר זײַן ישיבֿה „כּנסת־ישׂראל‟. דער גורל האָט זינגמאַנען פֿאַר­שיקט קיין כאַרקאָוו, וואָס, ניט געקוקט אויף איר גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז געווען ממש אַ העק וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך קלענערע ייִדישע קהילות ווי קאָוונע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע שטעט ווי ווילנע, וואַרשע און קיִעוו. ניט געקוקט אויפֿן דוחק פֿון אַן אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, האָט זינגמאַן אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן ביכער דורך זײַן פֿאַרלאַג „ייִדיש‟, צווישן זיי — זײַן „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, וואָס ער האָט געדרוקט אונטערן פּסעוודאָנים „בן־יעקבֿ‟.

כאָטש די נאָוועלע נעמט אַרײַן געוויסע פֿאַנ­טאַסטישע עלעמענטן וואָס פּרובירן צו זאָגן נבֿיאות אויף דעם ווי אַזוי די צוקונפֿטדיקע טעכ­נאָלאָגיע וועט העלפֿן דער מענטשהייט — די אײַנוווינער געניסן, למשל, פֿון אַ ריי באַק­וועמלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט פֿליִענדיקע באַנען און פֿאָנטאַנען וואָס פֿאַרקילן דעם קלימאַט בשעתן זומער — איז זינגמאַנס הויפּט־אינטערעס געווען צו שילדערן ווי אַזוי עס וועלן צוזאַמענלעבן די אָרטיקע פֿעלקער. אין „עדעניאַ” לעבן אַלע עטנישע גרופּעס (ייִדן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, און רוסן) בשלום, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי היטן אָפּ זייערע אייגענע שפּראַכן און קולטורן דורך אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָנאָמיע.

ווי מיר ווייסן הײַנט, איז דאָס יאָר 1943, פֿאַר דער עכטער עדעניאַ — כאַרקאָוו, דווקא ניט געווען קיין אוטאָפּישס, נאָר אַ דיסטאָפּישס. אַנ­שטאָט פֿליענדיקע באַנען וואָס פֿירן פֿרידלעכע מענטשן בשלום, האָבן דײַטשישע באַנען גע­פֿירט מענטשן אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן. בעת דער מלחמה זענען 70% פֿון די בנינים אין דער שטאָט חרובֿ געוואָרן און 30,000 כאַרקאָווער אײַנוווינער זענען דערשאָסן געוואָרן דורך די דײַטשן. נאָך 80,000 זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער.

אַ הײַנטצײַטיקער לייענער וואָלט אָבער ניט געוווּסט, אַז איין אַספּעקט פֿון זינגמאַנס אוטאָ­פּישער וויזיע איז אין כאַרקאָוו צײַטווײַליק יאָ מקיום געוואָרן. אין דער פֿאַרמלחמדיקער סאָווע­טישער תּקופֿה האָבן די כאַרקאָווער ייִדן טאַקע גענאָסן פֿון אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָ­נאָמיע — עס זענען געווען מלוכישע שולן און אַפֿילו געריכטן וואָס מע האָט געפֿירט אויף ייִדיש. ס׳איז ווײַט אָבער ניט געווען קיין אוטאָ­פּיע בײַ ייִדן: אין דער זעלביקער צײַט, האָט די סאָוועטישע מאַכט אָנגעפֿירט מיט אַ שטאַרקער אַנטירעליגיעזער קאַמפּאַניע.

וויסנדיק די אמתע געשיכטע, ווי אַזוי קען אַ הײַנטיקער מענטש זיך אָפּרופֿן אויף זינגמאַנס וויזיע פֿון אַ צוקונפֿט, וואָס איז קיינמאָל ניט מקיום געוואָרן? פּונקט אַזאַ פֿראַגע האָבן יעווגעני פֿיקס און זײַן מיט־קוראַטאָרין לאַריסאַ באַבי געשטעלט די קינסטלער, וועמען זיי האָבן פֿאַר­בעטן אָנטיילצונעמען אין דער אויסשטעלונג.

„איך האָב בײַ זיך געטראַכט: ׳וואָס זאָל איך טאָן מיט דעם? ווי אַזוי קען איך פֿאַרוואַנדלען די נאָוועלע אין אַ פּראָיעקט?” האָט פֿיקס דער­קלערט. סוף־כּל־סוף, האָט ער באַשלאָסן זיך צו קאָנצענטרירן אויף איין פּאַראַגראַף, אין וועלכן זינגמאַן שילדערט אַ קונסטמוזיי מיט ווערק פֿון על ליסיצקי און אַנדערע ייִדישע קינסטלער.

„דער געדאַנק איז געווען: ווען עדעניאַ וואָלט געווען אַן עכט פּלאַץ; ווען דער מוזיי וואָלט טאַקע עקזיסטירט, וואָס פֿאַר אַ מין קונסט וואָלט עס געהאַט?‟ האָט פֿיקס געזאָגט.

פֿיקס האָט פֿאַרבעטן מאָלער, סקולפּטאָרן און פֿאָטאָגראַפֿן פֿון 13 לענדער זיך פֿאָרצושטעלן ווי אַזוי דער מוזיי אין זינגמאַנס אוטאָפּיע וואָלט אפֿשר געהאַט אויסגעזען און צו שאַפֿן אַ קונסט­ווערק, וואָס וואָלט געקענט זײַן אַן עקספּאָנאַט דאָרטן.

אין צוזאַמענהאַנג מיט זינגמאַנס מולטיקול­טורעלער וויזיע, זענען כּמעט אַלע קינסטלער וואָס נעמען אָנטייל אין דער אויסשטעלונג אימיגראַנטן פֿון איין לאַנד אין אַ צווייטן, אָדער מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך מיט מער ווי צוויי קולטורן.

„ס׳איז מיר דווקא געווען וויכטיק אויסצו­קלײַבן קינסטלער, וואָס זענען טראַנס־נאַציאָנעל, גלותדיק, און וואָס האָבן פֿאַרשידנאַרטיקע ביר­גערשאַפֿטן,‟ האָט פֿיקס געזאָגט. „איך האָב געוואָלט מענטשן, וואָס האָבן זיך איבערגעפֿלאַנצט פֿון איין לאַנד אין אַ צווייטן. איז, ס׳איז מיר געווען וויכטיק אַז עס זאָל זײַן מולטיקולטורעל, ווײַל די אויסשטעלונג דאַרף ניט בלויז זײַן אַ ייִדיש־אוקראַיִנישער אונטערנעמונג אָדער אַ נאָך־סאָוועטישע, נאָר עפּעס ברייטערס.”

כאָטש פֿיקס וויל אַז די נאָוועלע „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟ זאָל דינען ווי אַ מיטל צו אינספּירירן קינסטלער צו רעדן וועגן פֿאַר­שידענע טעמעס פֿאַרבונדן מיטן אינטערנאַציאָנאַליזם, האָט די שטימונג פֿונעם פּראָיעקט זיך דראַסטיש געביטן נאָך דעם וואָס עס האָט זיך אין 2014 אָנגעהויבן די מלחמה צווישן רוס­לאַנד און אוקראַיִנע.

„מיר לעבן אין אַ מאָדנער צײַט,‟ האָט פֿיקס דערקלערט. „נאָך 2014 איז דער פּראָיעקט געוואָרן אַ סך וויכטיקער און אינטערעסאַנטער, ווײַל מע שאַפֿט אים בעת אַ מלחמה. און אָט מאַכן מיר אַ פּראָיעקט, באַזירט אויף אַ ייִדישער נאָוועלע. דערבײַ ווערט ייִדיש פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין קריטיק קעגן דעם רוסישן און אוקראַיִנישן נאַציאָנאַליזם. וווּ פּאַסט זיך אַרײַן די ייִדישע קהילה? אין רוסלאַנד, צי אוקראַיִנע? צי ביידע? די ייִדן האָבן טאַקע הונדערטער יאָרן געהערט צו דער רוסישער אימפּעריע אָבער צום־מערסטנס האָבן זיי געוווינט אין דער טעריטאָריע וואָס איז איצט אוקראַיִנע. הײַנט האַלט מען אָבער די רוסישע ייִדנטום און די אוקראַיִנישע ייִדנטום פֿאַר צוויי באַזונדערע גרופּעס.‟

די נאָוועלע איז פֿיקסן אויך אינטערעסאַנט ווײַל עס האַנדלט זיך וועגן דער צוקונפֿט פֿון אוקראַיִנע, און הײַנט, מיט כּמעט 100 יאָר שפּע­טער, איז „די דאָזיקע צוקונפֿט נאָך אַלץ אומקלאָר. אוקראַיִנע געפֿינט זיך נאָך אַלץ אויף אַ מין שעדוועג — האַלב אייראָפּעיִש, האַלב פֿאַר­בונדן מיט דער רוסישער ציוויליזאַציע. גע­וויסע מענטשן קוקן צו דער סאָוועטישער פֿאַרגאַנגענהייט ווי אַ מין אוטאָפּיע, אַנדערע צום אייראָ­פּעיִשן פֿאַראיין ווי אַ מין אוטאָפּיע. הייסט עס, די אוקראַיִנער זוכן ווײַטער אַן אוטאָפּישן אידעאַל.‟

די ראָלע פֿון די אוטאָפּישע וויזיעס אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע איז אַ טעמע וואָס די קוראַטאָרן ווילן, אַז די באַזוכער פֿון דער אויס­שטעלונג זאָלן ערנסט באַטראַכטן. אין אַ וועג­ווײַזער פֿאַר דער אויסשטעלונג האָבן לאַריסאַ באַבי און יעווגעני געשריבן: „מיר עצהן די באַזוכער צו באַטראַכטן אויף אַ קריטישן אופֿן דעם צוצי און די באַקוועמלעכקייטן פֿון די אוטאָפּישע חלומות און צו געדענקען דאָס וואָס מענטשן האָבן געטאָן כּדי צו פֿאַרוואַנדלען אַן אידעאַליזירטן אימאַזש פֿון אַ געזעלשאַפֿט אין אַ ווירקלעכקייט. וויפֿל פֿון די זעלביקע חלומות און אַרגומענטן חזרן זיך נאָך איבער עד־היום?”

די עקספּאָנאַטן אין דער אויסשטעלונג זעען אויס ווי אַ סך הײַנטצײַטיקע קונסטווערק מיט איין וויכטיקן אונטערשייד: די טיטלען פֿון די ווערק שטייען געשריבן אויף ייִדיש. „כאָטש ניט אַלע ווערק זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געשיכטע, איז אונדז געווען זייער וויכטיק, אַז ייִדיש זאָל פֿיגורירן אויפֿן אויבן־אָן בײַ אַלע אַספּעקטן פֿון דער אויסשטעלונג,‟ האָט פֿיקס דערקלערט.

דערפֿאַר האָבן פֿיקס און באַבי באַשלאָסן, אַז אַלע שילדן אויף די ווענט מיט די נעמען פֿון די קינסטלער און די טיטלען פֿון זייערע ווערק זאָלן זײַן סײַ אויף אוקראַיִניש, סײַ אויף ייִדיש. דערצו איז דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער אויסשטעלונג אויך אויף ייִדיש.

„איך בין זייער אַנטציקט צו זען די שילדן אויף ייִדיש,‟ האָט פֿיקס געזאָגט. „ווען איז גע­ווען דאָס לעצטע מאָל וואָס אַזאַ זאַך איז געשען אין אוקראַיִנע?‟

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4
  • Image 5
  • Image 6
  • Image 7
  • Image 8