מיט 99 יאָר צוריק האָט דער כּמעט־פֿאַרגעסענער ייִדישער שרײַבער און פֿאַרלעגער קלמן זינגמאַן אַרויסגעגעבן אַ נאָוועלע וואָס איז געווען אוניקאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור. קיין גרויסער ליטעראַרישער אויפֿטו איז זײַן בוך „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, דווקא ניט געווען, נאָר עס איז איינע פֿון די זעלטענע פֿאַנטאַסטישע ווערק פֿון בעלעטריסטיק אויף ייִדיש און אפֿשר די איינציקע אוטאָפּישע נאָוועלע צי ראָמאַן אויף מאַמע־לשון.
די לענגערע דערציילונג, וואָס שילדערט ווי אַזוי עס זעט אויס אַן אוטאָפּישער נוסח פֿון כאַרקאָוו מיטן נאָמען „עדעניאַ” — פֿונעם שורש „עדן” — מיט 25 יאָר שפּעטער (דאָס הייסט 1943), האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק פֿאַרכאַפּט דעם אויפֿמערק פֿונעם קינסטלער יעווגעני פֿיקס, נאָכן לייענען אַן אַרטיקל פֿון גענאַדי עסטרײַך אינעם זשורנאַל Eastern European Jewish Studies.
„איך בין זייער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש בכלל אָבער נאָך מער — אינעם לינקן ייִדישיזם,‟ האָט פֿיקס דערקלערט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟. „דערצו האָב איך אויך ליב אוטאָפּיעס, איז די נאָוועלע מיר אַוודאי געווען אינטערעסאַנט, ווײַל איך האָב קיינמאָל ניט געהאַט געלייענט אַזאַ זאַך אויף ייִדיש.”
נאָכן איבערלייענען דאָס בוך האָט פֿיקס באַשלאָסן צו אָרגאַניזירן אַ קונסט־אויסשטעלונג פֿון ווערק וואָס זענען אינספּירירט געוואָרן פֿון דער נאָוועלע. די אויסשטעלונג, טאַקע מיטן ייִדישן נאָמען „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, האָט זיך געעפֿנט דעם 8טן יוני אין כאַרקאָוו בײַם „יערמילאָוו־צענטער”, איינע פֿון די וויכטיקסטע גאַלעריעס פֿון הײַנטצײַטיקער קונסט אין אוקראַיִנע. זי וועט אָנגיין ביזן 9טן יולי.
דער פֿאַרלעגער, פּאָליטישער אַקטיוויסט און בעל־חלומות קלמן זינגמאַן (1889־1929) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל סלאָבאָדקע, וועלט־באַרימט פֿאַר זײַן ישיבֿה „כּנסת־ישׂראל‟. דער גורל האָט זינגמאַנען פֿאַרשיקט קיין כאַרקאָוו, וואָס, ניט געקוקט אויף איר גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז געווען ממש אַ העק וואָס שייך דער ייִדישער ליטעראַטור אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך קלענערע ייִדישע קהילות ווי קאָוונע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַזעלכע שטעט ווי ווילנע, וואַרשע און קיִעוו. ניט געקוקט אויפֿן דוחק פֿון אַן אָרטיקער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, האָט זינגמאַן אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן ביכער דורך זײַן פֿאַרלאַג „ייִדיש‟, צווישן זיי — זײַן „אין דער צוקונפֿט־שטאָט עדעניאַ‟, וואָס ער האָט געדרוקט אונטערן פּסעוודאָנים „בן־יעקבֿ‟.
כאָטש די נאָוועלע נעמט אַרײַן געוויסע פֿאַנטאַסטישע עלעמענטן וואָס פּרובירן צו זאָגן נבֿיאות אויף דעם ווי אַזוי די צוקונפֿטדיקע טעכנאָלאָגיע וועט העלפֿן דער מענטשהייט — די אײַנוווינער געניסן, למשל, פֿון אַ ריי באַקוועמלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט פֿליִענדיקע באַנען און פֿאָנטאַנען וואָס פֿאַרקילן דעם קלימאַט בשעתן זומער — איז זינגמאַנס הויפּט־אינטערעס געווען צו שילדערן ווי אַזוי עס וועלן צוזאַמענלעבן די אָרטיקע פֿעלקער. אין „עדעניאַ” לעבן אַלע עטנישע גרופּעס (ייִדן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, און רוסן) בשלום, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס זיי היטן אָפּ זייערע אייגענע שפּראַכן און קולטורן דורך אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָנאָמיע.
ווי מיר ווייסן הײַנט, איז דאָס יאָר 1943, פֿאַר דער עכטער עדעניאַ — כאַרקאָוו, דווקא ניט געווען קיין אוטאָפּישס, נאָר אַ דיסטאָפּישס. אַנשטאָט פֿליענדיקע באַנען וואָס פֿירן פֿרידלעכע מענטשן בשלום, האָבן דײַטשישע באַנען געפֿירט מענטשן אויף גאָר אַן אַנדער אופֿן. בעת דער מלחמה זענען 70% פֿון די בנינים אין דער שטאָט חרובֿ געוואָרן און 30,000 כאַרקאָווער אײַנוווינער זענען דערשאָסן געוואָרן דורך די דײַטשן. נאָך 80,000 זענען אויסגעגאַנגען פֿון הונגער.
אַ הײַנטצײַטיקער לייענער וואָלט אָבער ניט געוווּסט, אַז איין אַספּעקט פֿון זינגמאַנס אוטאָפּישער וויזיע איז אין כאַרקאָוו צײַטווײַליק יאָ מקיום געוואָרן. אין דער פֿאַרמלחמדיקער סאָוועטישער תּקופֿה האָבן די כאַרקאָווער ייִדן טאַקע גענאָסן פֿון אַ געוויסער קולטורעלער אויטאָנאָמיע — עס זענען געווען מלוכישע שולן און אַפֿילו געריכטן וואָס מע האָט געפֿירט אויף ייִדיש. ס׳איז ווײַט אָבער ניט געווען קיין אוטאָפּיע בײַ ייִדן: אין דער זעלביקער צײַט, האָט די סאָוועטישע מאַכט אָנגעפֿירט מיט אַ שטאַרקער אַנטירעליגיעזער קאַמפּאַניע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.