(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מענטשן וואָס האָבן געקענט ביילציען וועלן אפֿשר זאָגן, אַז מײַן השערה — אַז דאָס איז אַ מין על־חטא פֿאַר האָבן נישט־ווילנדיק „אָפּגענאַרט‟ דעם ייִנגערן דור אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט — איז נישט ריכטיק, ווײַל ביילציע האָט דאָך דאָס גאַנצע לעבן אָפּגעגעבן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. געשריבן אָן אַ שיעור פּאָעזיע און זינגלידער; געפֿאָרן אויף ליטעראַרישע אונטערנעמונגען; רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן קינדער־זשורנאַלן; געלערנט אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן ווי מע דאַרף זינגען די אַלטע פֿאָלקסלידער; אָנגעפֿירט מיט שמועסקרײַזן, שרײַבקרײַזן און זינגערײַען; און תּמיד געדרשנט צו דער יוגנט, אַז מע דאַרף רעדן, שרײַבן און זינגען אויף ייִדיש.
ווי קען דען אַזאַ געטרײַער ייִדישיסט אָנשרײַבן אַ ליד וואָס דריקט אויס אַזאַ פּעסימיזם צו דער ייִדיש־באַוועגונג?
דער אמת איז, מע קען זײַן ביידע: פֿון איין זײַט, אַ געטרײַער ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך וואָס איז תּמיד גרייט צו ווײַזן אַנדערע איר שיינקייט, און פֿון דער צווייטער — שטאַרק באַדויערן וואָס די ייִדיש־וועלט איז הײַנט אַזוי פֿאַראָרעמט געוואָרן. שוין מער נישטאָ קיין הונדערטער ייִדישע שרײַבער; קיין הונדערט טויזנט ייִדישע לייענער פֿון ליטעראַטור; קיין טאָג־טעגלעכע זיצונגען, ספּאָרט־ און קונסטקלאַסן אָנגעפֿירט אויף ייִדיש אאַז״וו.
אמת, מע קען הײַנט אויף די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג און קרית־יואל ווײַטער הערן ייִדיש אין די מײַלער פֿון טויזנטער יונגע משפּחות, און אויך הערן עס יעדן אויגוסט אין די ספּאָרטזאַלן און עסצימערן פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון יוגנטרוף — און ס׳איז טאַקע אַ מחיה! אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם רײַכן אידיאָמאַטישן לשון, וואָס די ייִדן האָבן געניצט אין די שטעטלעך און שטעט פֿון פּוילן, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.
און פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך טאַקע נישט דערלויבן פֿון צײַט צו צײַט צו באַוויינען דעם ביטערן גורל פֿון ייִדיש? פּונקט אַזוי ווי מיר זענען מחויבֿ, כאָטש איין מאָל אַ יאָר, צו זאָגן אַן אל־מלא־רחמים נאָך די זעקס מיליאָן קדושים וואָס היטלער ימח־שמו האָט פֿאַרטיליקט, אַזוי מעגן מיר, ייִדישיסטן, אויך אַ מאָל זיך אָפּשטעלן אויף אַ ווײַלע באַוויינען די אויסערגעוויינטלעכע ייִדיש־וועלט וואָס איז נישטאָ מער.
אין „מײַן קינד‟ האָט ביילציע זיך אַליין דערלויבט צו פֿילן דאָס עגמת־נפֿש וועגן דער ייִדיש־ירושה און האָט אונדז, דורך די שורות, געגעבן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוקוקן צו איר אין האַרצן.
פֿונדעסטוועגן, איז דאָס אונטערגעבן זיך פֿאָרט נישט קיין טייל פֿונעם ייִדישן כאַראַקטער. נישט־געקוקט אויף אירע מאָמענטאַלע ספֿקות האָט ביילציע זיך ווידער אומגעקערט צו איר ייִדיש־טעטיקייט וואָס זי האָט דורכגעפֿירט, מיט לײַב־און־לעבן, ביז איר פּטירה אין 2013.
און דאָס דאַרף דינען פֿאַר אונדז אַלעמען ווי אַ מוסטער. דער ייִד מעג דורכמאַכן די ערגסטע אומגליקן, אָבער ווי ער זאָגט אין ה. לייוויקס ליד „אייביק‟: „איך הייב זיך אויף ווידער און שפּאַן אַוועק ווײַטער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.