(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דערבײַ איז אָבער דער נסתּר געװען סקעפּטיש לגבי די סאָװעטישע פּראָיעקטן פֿון ייִדישער לאַנדװירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניזאַציע. ער האָט אױך ניט געגלױבט אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין ביראָבידזשאַן. ער האָט דערקלערט סמאָליטשן זײַנע ספֿקות אַזױ: „װאָס װאָלט איר געזאָגט, אױב מען וואָלט אײַך פֿאָרגעלײגט צו שאַפֿן אַן אוקראַיִנישע מלוכה אין אױסטראַליע?“ אין די 1930ער יאָרן איז דער נסתּר געבליבן אַזאַ מין גלות־נאַציאָנאַליסט װי ער איז געװען פֿאַר דער רעװאָלוציע. ער האָט געהאָפֿט, אַז די סאָװעטישע מאַכט װעט װײַטער אונטערהאַלטן די ייִדישע קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציעס, װאָס מען האָט געשאַפֿן אין די 1920ער יאָרן.
אין די 1930ער יאָרן האָט זיך דער נסתּר גענומען פֿאַר באַהערשן דעם רעאַליסטישן ליטעראַרישן סטיל. ער האָט אָנגעשריבן אַ רײ פֿאַרצײכענונגען אינעם סטיל, װאָס איז געװען דער היפּוך צו זײַן פֿריִערדיקער סימבאָליסטישער פֿאַנטאַסטיק. סמאָליטש האַלט, אַז די סיבה דערפֿון איז געװען ניט צוצופּאַסן זיך בעסער צו דעם נײַעם סאָװעטישן אידעאָלאָגישן נאָכפֿרעג, נאָר טאַקע זיך אױסצולערנען צו באַשרײַבן די װירקלעכקײט.
סמאָליטש האָט זיך װידער געטראָפֿן מיט דער נסתּר אין מאָסקװע אין 1943, װען יענער האָט זיך אָקערשט געהאַט אומגעקערט פֿון דער עװאַקואַציע אין טאַשקענט. דער נסתּר איז געזעסן אין אַ װײַטן װינקעלע אינעם מאָסקװער ייִדישן טעאַטער, װאָס איז דעמאָלט געװען זײַן הײם. סמאָליטש שרײַבט: „דער נסתּר איז געװען אין אַ שטאַרק דעפּרימירטן מצבֿ. ‘סמאָליטש,׳ האָט דער נסתּר מיר געזאָגט. ׳זאָגט מיר אַז איך שלאָף. זאָגט, אַז דאָס איז בלױז אַ בײזער חלום, און װעקט מיך אױף, װעקט מיך אױף! עס איז דאָך ניט מעגלעך, מענטשן זײַנען ניט אַזױ שלעכט!׳“
װי מיר װײסן איצט פֿון די נײַע פֿאָרשונגען פֿון פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קאָטלערמאַן, האָט דער נסתּר נאָך דער מלחמה געביטן זײַן מײנונג װעגן ביראָבידזשאַן. ער האָט באַזוכט די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט אין 1947, און איז געװען אַנטציקט פֿון דעם התלהבֿות פֿון די נײַע איבערװאַנדערער פֿון אוקראַיִנע. מיר װײסן ניט, צי ער האָט אױך געביטן זײַן באַציִונג צום ציוניזם נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. צװישן די סאַמע לעצטע װערק זײַנע איז געװען אַ הספּד נאָך שלמה מיכאָעלסן, װעלכער איז דערמאָרדעט געװאָרן דורך סטאַלינען אין יאַנואַר 1948. דער נסתּר אַלײן איז אַרעסטירט געװאָרן אַ יאָר שפּעטער און געשטאָרבן אין אַ תּפֿיסה־לאַגער אין 1950.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.