דער נסתּר איז געװען אַ קאָמפּליצירטער מענטש, און האָט זיך זעלטן אַנטפּלעקט פֿאַר פֿרעמדע. עס זײַנען פֿאַראַן אַ צאָל זכרונות װעגן זײַן פּערזענלעכקײט, אָבער לרובֿ געהערן זײ צו זײַנע ייִנגערע יאָרן. די 1930ער יאָרן, װען דער נסתּר האָט איבערגעלעבט אַ שעפֿערישן קריזיס און לחלוטין געענדערט זײַן סטיל, פֿאַרבלײַבן די סאַמע מיסטעריעזע צײַט אין זײַן לעבן. נאָך דער שאַרפֿער אַטאַקע מצד דער סאָװעטישער פּראָלעטאַרישער קריטיק אין 1929 האָט ער זיך זייער געהיט מיט זײַנע געדאַנקען, אַפֿילו צװישן אײגענע מענטשן.
דערפֿאַר איז זײער כּדאַי דער מעמואַר פֿונעם אוקראַיִנער שרײַבער יורי סמאָליטש, װאָס געפֿינט זיך צװישן דער נסתּרס פּאַפּירן אין מאָסקװער אַרכיװ פֿאַר ליטעראַטור און קונסט. סמאָליטש איז געװען אַ חשובֿער ליטעראַרישער פֿונקציאָנער אין סאָװעטישער אוקראַיִנע, און זײַנע געדרוקטע זכרונות פֿאַרמאָגן אַ סך װערטפֿולע קולטורעל־היסטאָרישע פּרטים װעגן יענער תּקופֿה. אָבער דאָס קאַפּיטל װעגן דער נסתּר איז ניט אַרײַן אין דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער אױסגאַבע. סמאָליטש איז געװען דער נסתּרס אַ שכן אין כאַרקעװ אין די 1930ער יאָרן, און זיי זײַנען געװאָרן גוטע פֿרײַנד נאָך דעם ווי די הױפּטשטאָט פֿון סאָװעטישער אוקראַיִנע איז אַריבערגעטראָגן געװאָרן פֿון כאַרקעװ קײן קיִעװ אין 1934. בײדע שרײַבער זײַנען פֿאַרבליבן אין כאַרקעװ און האָבן זיך געפֿילט נישט־פּראָדוקטיוו.
סמאָליטש דעמאָנט זיך אָן זײער ערשטן באַגעגעניש: „דער נסתּר איז געזעסן אױף אַ פּריזבע אינעם הױף פֿונעם שרײַבער־קלוב און האָט זיך מיט הנאָה געװאַרעמט אין די ערשטע הײסע שטראַלן פֿון דער מײַאָװער זון. אַ ביסל װײַטער האָט מען געשפּילט װאָלײבאָל. אין אַ זײַט זײַנען געשטאַנען, רײכערנדיק, אַ גרופּקע שרײַבער; מסתּמא איז אינעם קלוב פֿאָרגעקומען עפּעס אַן אַסיפֿה אָדער אַ דיסקוסיע, און דאָס איז געװען אַ הפֿסקה. אַ פּנים איז די רײד געגאַנגען אױך װעגן דעם סאַקראַמענטאַלן ציוניזם”. װי אַן אוקראַיִנער איז סמאָליטש ניט געװען באַהאַװנט אין ייִדישע אידעאָלאָגישע ענינים און האָט געפֿרעגט בײַ דער נסתּר זײַן דעה װעגן ציוניזם. דער נסתּר האָט געענטפֿערט ברוגז: „דאָס זײַנען אַלץ בײזע רכילות. עס איז ניטאָ קײן ציוניזם אין מײַנע װערק! דאָס זײַנען נאַרישקײטן, איך האָב אים פֿײַנט, איר פֿאַרשטײט?“ סמאָליטש איז געװען שאָקירט מיט אַזאַ היציקער רעקציע.
אָבער נאָכן סוף פֿון דער אַסיפֿה האָט אים דער נסתּר נאָכגעיאָגט און זיך אַנטשולדיקט: „זײַט מיר מוחל, חבֿר סמאָליטש, איך האָב געמײנט, איר זײַט פֿון ‘יענע’!” געמײנט האָט ער די פּראָלעטאַרישע קריטיקער, װאָס האָבן אים געזידלט פֿאַר „ציוניזם“. זײ האָבן לאַנג געשמועסט, און דער נסתּר האָט באריכות דערקלערט, פֿאַר װאָס ער האָט טאַקע באמת ניט ליב ציוניזם: „אױף װאָס באַדאַרף דער ייִדישער אָרעמאַן אַ מלוכה אונטער דער שליטה פֿון די בראָדסקיס און די ראָטשילדס, און מיט דער רעגירונג פֿון חסידישע צדיקים? … און אַפֿילו אױב צען מיליאָן ייִדן װעלן יאָ אָנקומען קײן פּאַלעסטינע — צי װעט אַזאַ קלײנע מלוכה קענען זײַן אומאָפּהענגיק אין אונדזער צײַט? זי װעט צוגענומען װערן דורך די גבֿירים און פּאָליטיקער פֿון גרױסע קאַפּיטאַליסטישע לענדער.“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.