כּמעט 10 יאָר נאָכן מיידאָף־סקאַנדאַל קען דער ענין נאָך אַלץ פֿאַרכאַפּן דעם געזעלשאַפֿטלעכן דמיון.
כּידוע האָט דער פֿינאַנציר בערנאַרד מיידאָף יאָרן לאַנג געפֿירט אַ „פּאָנזי שווינדל”, וווּ אַנשטאָט צו אינוועסטירן דאָס געלט פֿון זײַנע קליִענטן אין עפּעס ממשותדיקס, האָט ער פּשוט אַריבערגעפֿירט די פֿאָנדן פֿון איין קליִענט צו אַ צווייטן. און אויפֿן וועג, פֿלעגט ער, פֿאַרשטייט זיך, פּראָפֿיטירן דורך קאָמיסיע־געלט. מיידאָפֿס „פֿאָנזי שווינדל” איז געוואָרן דער גרעסטער שווינדל אין דער געשיכטע, בעת די קליִענטן האָב פֿאַרלוירן 65 ביליאָן דאָלאַר.
דערצו, ווי באַוווּסט, פֿלעגט דער אייניקל פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זיך ספּעציאַליזירן אין אַרויסקוועטשן געלטער פֿון ייִדן און ייִדישע פֿונדאַציעס. אלי וויזעל, „הדסה‟, ישיבֿה־אוניווערסיטעט און דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר זענען נאָר אַ פֿראַקציע נעמען פֿון זײַן ליסטע ייִדישע קרבנות.
די דאָזיקע דראַמאַטישע און זאַפֿטיקע געשיכטע ווערט דערציילט אין צוויי דראַמעס וואָס מע האָט לעצטנס געוויזן אויף טעלעוויזיע. אין מײַ, 2017 איז אַרויס דער HBO־פֿילם, The Wizard of Lies („דער מכשף פֿון שקר”), רעזשיסירט דורך באַרי לעווינסאָן, און מיט ראָבערט דע־ניראָ און מישעל פֿײַפֿער אין די הויפּט־ראָלעס פֿון בערני און רות מיידאָף. מיט אַ יאָר פֿריִער איז אַרויס פֿון ABC די מיני־סעריע Madoff, געשאַפֿן געוואָרן דורך בען ראָבינס און מיט ריטשאַרד דרײַפֿוס און בלײַט דאַנער אין די הויפּטראָלעס.
„דער מכשף פֿון שקר” איז אויפֿן סמך פֿון אַ סעריע אינטערוויוען וואָס מיידאָף, שוין זיצנדיק אין תּפֿיסה, גיט אַ „ניו־יאָרק טײַמס‟־זשורנאַליסטקע (אין די סצענעס שפּילט זשורנאַליסטקע, דיאַנאַ הענריקעס טאַקע זיך אַליין). די ערשטע סצענע הייבט זיך אָן מיט מיידאָפֿס באַשלוס זיך מתוודה צו זײַן צו דעם ווײַב און צוויי זין אַז זײַן גאַנצע געשעפֿט איז נישט מער ווי אַ שווינדל. אָן דעם גענויען קאָנטעקטס און הינטערגרונט קומט מיידאָף אַרויס אין דער סצענע דווקא ווי אַ גוטער, כּמעט איידעלער מענטש וואָס זאָרגט זיך וועגן זײַנע אַרבעטער און משפּחה איידער דאָס געשעפֿט גייט אונטער.
אָבער שפּעטער אינעם פֿילם, קומט לעווינסאָן צוריק צו די געשעענישן פֿאַר דער דאָזיקער דראַמאַטישער מעלדונג, וווּ עס ווערט קלאָר אַז מיידאָף האָט, קריכנדיק אויף גלײַכע ווענט, פּראָבירט אָנגיין מיטן שווינדל. זיין קרימינעלע אָפּעראַציע איז צום סוף פֿאַרהאַלטן געוואָרן נאָר צוליב דעם אויסבראָך פֿונעם פֿינאַנציעלן קריזיס אין 2008, און נישט צוליב קיין מאָראַלישע יסורים פֿון זײַן זײַט.
אין צענטער פֿון לעווינסאָנס דראַמע ליגט דער פֿונאַנדערפֿאַל פֿון דער מיידאָף־משפּחה. בערני האָט אַ נטיה צו ווערן נערוועז יעדעס מאָל ווען עמעצער, אַריינגערעכנט די נאָענטע משפּחה, פֿרעגט אים וועגן דעם עסק, נישט געקוקט אויף דעם אַז די צוויי זין און זײַן ברודער אַרבעטן אויך אין דער פֿירמע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.