קאַפּאַליע „ווערעצקי פּאַס‟ שפּילט פּוילישע מוזיק אויפֿן נײַעם קאָמפּאַטל

Klezmer Band "Veretski Pass" Plays Polish Music on New CD


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 12, 2017, issue of July 28, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„ווערעצקי־פּאַס” שרײַבט וועגן זײַן קאָמפּאַקטל — „אויף ס’נײַ האָט מען פֿאַר זיך פֿאָרגעשטעלט, אויף ס’נײַ קאָמפּאָנירט און אויף ס’נײַ אַראַנזשירט שטאָטישע און דאָרפֿישע מוזיק כּדי צו באַרײַכערן די מוזיק וואָס מע רופֿט הײַנט ׳קלעזמער־מוזיק׳. אויף דער רעקאָרדירונג ברענגען מיר צונויף ייִדישע און פּוילישע מוזיק — דער פֿאַרלוירענער רינג אין דער קייט פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג.”

נו, עס קען זײַן אַז די דעקלאַראַציע איז אַ ביסל איבערגעטריבן, נישט ווײַל זי איז נישט אמת, נאָר ווײַל פּוילישע מוזיק איז נישט דער איינציקער ‘פֿאַרלוירענער רינג’ אין דעם פֿאַל. מע קען צוגעבן אוקראַיִנישע און ציגײַנערישע „רינגען” אויך. עס איז טאַקע אמת, אַז די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמאָרים אין פּוילן האָבן גוט געקענט די פּאָפּולערע נישט־ייִדישע פּוילישע טענץ און מעלאָדיעס, סײַ ווײַל זיי האָבן פֿון צײַט צו צײַט געדאַרפֿט שפּילן פֿאַר די פּוילישע פּריצים, סײַ ווײַל די ייִדישע יוגנט האָט זיי געקענט און געוואָלט הערן.

„וואַרעצקי פּאַס” באַשטייט פֿון דרײַ ערשט־קלאַסיקע מוזיקער: קוקי זעגלשטיין אויפֿן פֿידל, דזשאַש האָראָוויץ אויפֿן אַקאָרדיאָן און צימבל און סטו בראָטמאַן אויפֿן באַס־טשעלאָ. זיי זענען מוזיקער וואָס שפּילן קלעזמער־מוזיק צוזאַמען שוין יאָרן לאַנג, און אַרויסגעגעבן אינטערעסאַנטע און נאָוואַטאָרישע רעקאָרדירוגנען. פֿאַר דער רעקאָרדירונג האָט מען אויך פֿאַרבעטן דעם מײַסטער־קלאַרנעטיסט פּראָפֿ’ יואל רובין. דער צוהערער ווערט תּיכּף אימפּאָנירט פֿון דער ווירטואָזקייט פֿון די מוזיקער. די פּרעכטיקע אַראַנזשירונגען לאָזן אָבער אָרט אויף אימפּראָוויזאַציע. למשל, אינעם ערשטן שטיקל „דעם מײַסטערס ליד”, אין דער „דינאָווער דוינע” און „קיִעווער קאָזאַק” לאָזן די מוזיקער זיך וווילגיין.

עס זענען פֿאַראַן טשיקאַווע מעלאָדיעס אין „פּוילן”, וואָס מע וואָלט געוואָלט וויסן מער וועגן זיי. למשל, „דאָס וואַרשעווער טאַנצהויז” קלינגט אין מײַנע אויערן ווי אַן אַלטע קעלטישע מעלאָדיע פֿון דרום־פֿראַנקרײַך. איך וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז דער פּוילישער אַדל האָט צו דעם געטאַנצט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק, און זיי האָבן די מעלאָדיע געהערט אין אַ פֿראַנצייזישן אַדלהויף. דערנאָך האָבן ייִדישע קינדער דאָס געהערט אין אַ פּוילישן טאַנצהויז און אַזוי ווערט די מעלאָדיע מגלגול פֿון איין אָרט צום צווייטן, פּונקט ווי אין פּרצס דערציילונג!

די פֿירמע “Golden Horn Records” האָט אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל „פּוילן: אַ גילגול” [Poyln: A Gilgul] אין 2015 אָבער עס איז ערשט לעצטנס דערגאַנגען צו אונדז. מע קען הערן ווי די גרופּע „ווערעצקי פּאַס” שפּילט „רב חיימס פֿריילעכס” בײַ דער וועבזײַט־פֿאַרבינדונג: