ייִדן אין פּאַראַגווײַ: ווייניק, נאָר שטאָלץ מיט זייער קולטור

The Jews of Paraguay: Few But Proud Of Their Culture

דניאל גלאַי אין אַ מוזיק־קלאַס אין דער ייִדישער שול פֿון אַסונסיאָן
דניאל גלאַי אין אַ מוזיק־קלאַס אין דער ייִדישער שול פֿון אַסונסיאָן

פֿון דניאל גלאַי

Published July 23, 2017, issue of July 28, 2017.

בשעת מײַן באַזוך אין אַסונסיאָן, די הויפּשטאָט פֿון פּאַראַגווײַ, איז מיר אויסגעקומען צו באַזוכן די אָרטיקע ייִדישע פֿאָלקסשול, Estado de Israel. האָב איך געפֿרעגט בײַ דער דירעקטאָרשע, יעל פֿליישמאַן דע מירעלמאַן, וויפֿל שפּראַכן לערנען זיך די תּלמידים בײַ איר?

„פֿיר.‟

„וועלכע?‟

„שפּאַניש, ענגליש, העברעיִש און גואַראַני.‟

„איז עס ניט צו שווער פֿאַר די תּלמידים? ווי נעמען זיי עס אויף?‟

„אונדזערע תּלמידים — האָט געענטפֿערט די דירעקטאָרשע — האָבן אַ באַזונדערן לערער אָדער לערערקע פֿאַר יעדער שפּראַך. זיי האָבן ליב יעדן שפּראַך-אינסטרוקטאָר באַזונדער און פּאַסן זיך צו צו דער ווירקלעכקייט ווי אַ נאַטירלעכער מצבֿ.‟

פֿאַר וואָס לערנט מען דאָרטן ענגליש איז קלאָר. העברעיִש — ס’איז דאָך אַ ייִדישע שול. שפּאַניש און גואַראַני זענען די אָפֿיציעלע שפּראַכן אין לאַנד און ווערן גערעדט טאָגטעגלעך דורך דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג. אין אַזאַ סיטואַציע איז מיר, אַ פֿאַרברענטער ייִדיש־קעמפֿער, ניט אויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק אַפֿילו צו פֿרעגן, פֿאַר וואָס לערנט מען ניט בײַ זיי אַ פֿינפֿטע שפּראַך, ייִדיש…

די וואַסערפֿאַלן פֿון איגואַזו זענען אַ וועלט־באַרימטע טוריסטן־אַטראַקציע. דאָס אָרטיקע געלט הייסט גואַראַני און די שפּראַך — אויך אַזוי. אַ שטיקל אַרײַנפֿיר וועגן דער אייגנאַרטיקער שפּראַך. גוראַרני ווערט גערעדט אויך אין בראַזיל און צפֿון אַרגענטינע, נאָר ווי אַן אָפֿיציעלע שפּראַך איז זי אָנערקענט בלויז אין פּאַראַגווײַ און באָליוויע. זי איז די אַמערסטנס באַנוצטע אויטאָקטאָנע שפּראַך אין אַמעריקאַנער קאָנטינענט. שוין אין 17טן יאָרהונדערט האָט אַ יעזויִטישער גלח פֿאַרנאָטירט איר גראַמאַטיק, קאָן מען דעריבער הײַנט לערנען די שפּראַך צו דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג און אויך אין דער ייִדישער שול איז עס, פֿאַרשטענדלעך, אַן אָבליגאַטאָרישער לימוד.

„האָבן די קינדער ליב צו לערנען גואַראַני?‟ האָב איך געפֿרעגט.

האָט מיר אַן אָרטיקער פֿרײַנד, אַ תּושבֿ פֿון אַסונסיאָן, געענטפֿערט: „ס׳איז אַ לימוד וואָס מע מוז זיך לערנען, אָבער די לערער גופֿא ווייסן ניט ווי אויפֿצוקלערן גענוי פֿאַר וואָס איז עס אַזוי, וואָס איז דער ראַציאָנאַל, וואָס שטייט הינטער אַזאַ שפּראַכן־פּאָליטיק. איבעריק צו זאָגן אַז דאָס איז אַ טייל פֿון זייערע קולטור־וואָרצלען. נאָר ווי באַרעכטיקט מען עס אין פֿאַרגלײַך מיט אַזאַ מעכטיקער אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך ווי שפּאַניש?‟

אין דער פּראָווינץ וווּ די באַפֿעלקערונג רעדט גואַראַני איז עס קלאָר אַז די קינדער טרעפֿן אָן אין דער שול די שפּראַך וואָס מ’רעדט אין דער היים. אין אַנדערע טיילן פֿון לאַנד אָבער, אין אַ גרויסער שטאָט, ווי למשל אַסונסיאַן, וווּ מ’רעדט מער שפּאַניש, איז ניט גענוג דער פֿאַקט וואָס גואַראַני איז דערקלערט געוואָרן פֿאַר אַן אָפֿיציעלער שפּראַך. די שולסיסטעם דאַרף פֿאַרמאָגן אַן איבערצײַגנדיקע מאָטיווירונג, פֿאַר וואָס דאַרף מען אינוועסטירן צײַט און ענערגיע איבערצוגעבן די דאָזיקע קולטור־ירושה. און אין דעם אַספּעקט פֿון באַוווּסטזיניקייט איז נאָך דאָ אַ סך צו פֿאַרבעסערן.

דער מוזיקקלאַס איז פֿאָרגעקומען אין אַ גאָר ענגן צימער וווּ מע האָט אַרײַנגעקוועטשט אַ גרויסע צאָל קינדער און עטלעכע לערער זענען אויך געשטאַנען בײַם אַרײַנגאַנג. דער מוזיק־לערער האָט מיר מבשׂר געווען, אַז מ’האָט פֿאַר מיר צוגעגרייט אַ סורפּריז. ער האָט געגעבן אַ סימן, עס זענען אויפֿגעשטאַנען אַ פֿופֿצן תּלמידימלעך און מ’האָט אויף פֿלייטן מיטן לערערס אָרגאַן-באַגלייטונג אויפֿגעפירט “התּקווה”, דעם נאַציאָנאַלן הימען פֿון ישׂראל. ס’האָט קיין שענערע און רירנדיקע מתּנה ניט געקאָנט זײַן… פֿון מײַנעט וועגן האָב איך זיי געשענקט אַ קאָמפּאַקטל מיט כּליזמער־ניגונים ווי אויך פֿאַרשיידענע מעשׂהלעך פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר.

איך האָב באַזוכט דעם אָרטיקן ייִדישן מוזיי. געגרינדעט האָט עס ד״ר וואַלטער קאָכמאַן, וואָס האָט פֿאַרן חורבן אײַנגעוואַנדערט אין פּאַראַגווײַ. ער איז דערצויגן געוואָרן דורך אַ ניט־ייִדישער משפּחה וואָס האָט גראַדע רעספּעקטירט זײַנע ייִדישע וואָרצלען. ווען ער האָט אַנטפּלעקט אַז אין פּאַראַגווײַ ווייסט מען גאָרניט וועגן ייִדן און יהדות האָט ער אָנגעהויבן צו זאַמלען אָביעקטן וועלכע זענען שפּעטער געוואָרן עקספּאָנאַטן פֿונעם הײַנטיקן מוזיי.

ד״ר קאָכמאַן האָט אויפֿגעפּאַסט אויף אַן עלטערער פֿרוי, און געזאָרגט עס זאָל איר ניט פֿעלן קיין עסן און בגדים. האָט איר ברודער ווי אָנערקענונג אים געשאָנקען דאָס הויז וווּ זײַן שוועסטער האָט געוווינט. ער, ד״ר קאָכמאַן, האָט שפּעטער דערמעגלעכט אַז מע זאָל פֿאַרוואַנדלען דעם בנין אין אַ ייִדישן מוזיי. עס איז אַ באַשיידענער בנין מיט עקספּאָנאַטן פֿון דער ייִדישער רעליגיע און מנהגים, ווי אויך פֿון ייִדישע לאָקאַלע פּערזענלעכקייטן און זייער בײַטראָג צו דער געזעלשאַפֿט.

די דירעקטאָרשע פֿונעם מוזיי, רות קאַהאַן, האָט מיר געוויזן דעם זאַל געווידמעט דעם חורבן פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. מיר האָבן זיך געזעגנט און איך האָב איר געוווּנטשן הצלחה בײַם אויספֿילן איר שליחות אין אַ בנין וואָס ווערט מערסטנס באַזוכט דורך ניט־ייִדן און אויך דורך אַמבאַסאַדאָרן און דעלעגאַציעס פֿון פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס פֿון לאַנד און אויסלאַנד. אַ מאָל האָט דאָרט באַזוכט אַ גרופּע דײַטשן, זין און טעכטער פֿון נאַציס, וועלכע האָבן זיך דערוווּסט וועגן די פֿאַרברעכנס פֿון זייערע עלטערן און פֿאַרנעמען זיך איצט מיט „תּיקון עולם” און בעטן מחילה פֿאַר די טאַטן פֿון זייערע פֿאָרגייערס.

בשעת זיי זענען געווען אין צימער געווידמעט דעם חורבן האָבן זיי ספּאָנטאַן אָנגעהויבן זאָגן דעם „אל מלא רחמים”, לייענענדיק פֿון אַ טעקסט. סײַ בײַ די באַזוכערס סײַ בײַ די מוזיי־אָנפֿירערס האָבן זיך געגאָסן טרערן… נאָכן געזעגענען זיך מיט דער דירעקטאָרשע האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ס’וואָלט ניט געווען שלעכט, אויב אַנדערע קהילות אַרום דער וועלט וואָלטן זיך עפּעס אָפּגעלערנט פֿון אָט דעם פֿאַרוואָרפֿענעם, גאַנץ אומבאַקאַנטן ייִשוב אין לאַטײַן־אַמעריקע: פֿאָרשטעלן דעם שוואַרצן קאַפּיטל־חורבן ווי אַ טייל פֿון דער ייִדישער געשיכטע, אַנשטאָט אויפֿשטעלן באַזונדערע ריזיקע שואה־מוזייען אָן קיין פֿאַרבינדונג צום ייִדישן לעבן וואָס איז אַ מאָל געווען.

כ׳בין קיין אַסונסיאָן פֿאַרבעטן געוואָרן דורך דער OSCA (סימפֿאָנישער אָרקעסטער פֿון דער שטאָט אַסונסיאָן) וואָס האָט דעם 6טן אַפּריל 2017, אין שטאָטישן קאָנצערטן־זאַל, אויפֿגעפֿירט צוויי פֿון מײַנע אָרקעסטראַלע שאַפֿונגען: אָווערטור און כּליזמר־ניגונים. דער דיריגענט איז געווען מאַעסטראָ סעסאַר ליטאָ באַריאָס וועלכער איז אויך אַ מוזיקאָלאָג און האָט אַנטדעקט די אידענטיטעט פֿונעם שאַפֿער פֿון נאַציאָנאַלן הימן פֿון פּאַראַגווײַ. ס׳וועט אין גיכן דערשײַנען זײַנס אַ בוך געווידמעט דער טעמע.

פלג לוי, ישראל־אַמבאַסאַדאָר, באַגריסט דעם עולם אויפֿן קאנצערט „שלום, כליזמר און א סוד”
פלג לוי, ישראל־אַמבאַסאַדאָר, באַגריסט דעם עולם אויפֿן קאנצערט „שלום, כליזמר און א סוד”

די פּראָגראַם האָט אַנטהאַלט דזשאָרזש גערשווינס באַרימטע שאַפֿונג „אַן אַמעריקאַנער אין פּאַריז” און דווקא זײַן ייִדישן נאָמען יעקבֿ גערשאָוויץ האָט מען מיט בולטע אותיות אָנגעשריבן. דער קאָנצערט איז געווען אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע דער אַמבאַסאַדאָר, פלג (פּעלעג) לוי, האָט באַגריסט דעם עולם פֿונעם פֿײַערלעכן קאָנצערט אונטערן נאָמען „שלום, כּליזמר און אַ סוד”. ווי פּלג לוי האָט מיר איבערגעגעבן, העלפֿט מדינת־ישׂראל פּאַראַגווײַ אַ סך אין געביט פֿון אַגריקולטור און מאָדערנער טעכנאָלאָגיע און מ׳שטרעקט אויס הומאַניטאַרע הילף צו די פֿיל געליטענע פֿון פֿאַרפֿלייצונגען, וועלכע קומען אָפֿט פֿאָר אין דרום טייל פֿון לאַנד.

ווי קאָן מען פֿאַרענדיקן אַזאַ באַשרײַבונג אָן קיין „פּינטעלע ייִדיש”?… כ׳בין אַרויסגעטראָטן פֿאַרן „שׂמחה־קלוב” פֿון דריטן דור, אָנגעפֿירט פֿון מאָניקאַ יעל. הוצאות פֿאַר אַזעלכע טעטיקייטן ווערן געדעקט דורך אַנאָנימע שפּענדערס. כ’האָב פֿאַר דעם אַלטיטשקן עולם געשפּילט ייִדישע ניגונים וואָס זענען געווען אַ טראַדיציע אין די פֿאַרזאַמלונגען פֿון מײַן משפּחה און כ׳האָב אויך דערציילט משלים פֿונעם דובנער מגיד. וועט ייִדיש, אין אַזאַ קליינעם ייִשוב, פֿאַרשוווּנדן מיט אָט דעם עלטערן דור וואָס איז ייִדישלעך אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט? ס’קאָן זײַן. מיר איז אָבער לײַכטער זיך פֿאָרשטעלן, אַז איינער אַן אייניקל אָדער אוראייניקל וועט זיך פּלוצעם פֿאַרליבן אין מאַמע־לשון און זאָרגן די ייִדיש־קייט זאָל זיך דאָרט ניט איבעררײַסן…