די הײַנטיקע פּרשה טראָגט אַן אומגעוויינטלעכן נאָמען: דאָס וואָרט „עקבֿ‟ מיינט בוכשטעבלעך אַ פּיאַטע. בײַם אָנהייב פֿון דער סדרה, זאָגט משה רבינו אָן די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן מקיים זײַן די מיצוות און זיך צוהערן צו זיי — דהײַנו, טאָן זיי מיט אַ געהעריקער כּוונה — וועט דער אייבערשטער מקיים זײַן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט די אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ.
אינעם קאָנטעקסט פֿון דער פּרשה מיינט די אָנהייב־פֿראַזע „אויב איר וועט זיך צוהערן‟. רש״י און אַנדערע קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן אָבער, אַז דאָס זעלטענע בינדוואָרט „עקבֿ‟ קלינגט זייער ספּעציפֿיש. רש״י באַטאָנט, אַז די תּורה וואָרנט אונדז ברמז, אַז צו אַזעלכע ענינים, וואָס דער עולם „צעטרעט‟ מיט זייערע פּיאַטעס, דאַרף מען זיך באַציִען פּונקט אַזוי ערנסט, ווי צו אַלע אַנדערע מיצוות.
דאָס איז, אַוודאי, זייער אַ וויכטיקע הוראה. צום באַדויערן, טרעפֿן מיר נישט ווייניק פֿאַלן, ווען געוויסע מענטשן טײַטשן אָפּ דעם דאָזיקן רש״יס קאָמענטאַר אויף אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן קאַפּויערדיקן אופֿן. נישט צו טרײַבן רכילות, נישט פֿײַנט צו האָבן אַ צווייטן, נישט מלבין־פּנים זײַן אַ חבֿר — הייסט עס, נישט צו באַעוולען אַ מענטש בפֿרהסיא, ביז זײַן פּנים ווערט בלאַס — זענען דאָך עיקרדיקע מיצוות. לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ ברוקלינער חסיד פֿאָרט אויף אַ וואַקאַציע און עסט אויף זײַן וועג חלבֿ־סתּם — מילכיקע פּראָדוקטן געמאַכט אויף אַ פֿאַרם אָן אַ משגיח. טאָמער עפּעס א קנאָי באַמערקט, אַז עמעצער באַגייט אַזאַ „גרויסע עבֿירה‟, קאָן עס ברענגען אין געוויסע קהילות צו אַ סקאַנדאַל, הגם אַ סך רבנים, אַרײַנגערעכנט אַזאַ גרויסן פּוסק, ווי הרבֿ משה פֿײַנשטיין, זענען מתּיר אַ סך נישט־ייִדישע מילכיקע פּראָדוקטן, בפֿרט אינדוסטריעל־פּראָדוצירטע און מלוכיש־קאָנטראָלירטע. אַפֿילו וועגן די פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע קהילות, וווּ אַזעלכע פּראָדוקטן זענען כּשר־וישר, רופֿן זיך אַ טייל שטאַרק פֿרומע מיט עקלדיקע ווערטער.
אַן אַנדער בײַשפּיל: ווען אַ גיורת באַווײַזט זיך ערגעץ מיט אָפֿענע האָר, קאָן זיך אין חרדישע קהילות פֿאַרשפּרייטן אַ קלאַנג, אַז זי איז, כּלומרשט, אַ „שיקסע‟. ווי אַזוי זשע קאָן מען אַזוי, חלילה, טראַכטן, אויב אין אַ סך הײַנטיקע שילן באַווײַזן זיך פֿרויען כּסדר מיט אָפֿענע האָר? די הײַנטיקע מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע רבנים דערלאָזן עס צו טאָן. מע מעג פֿירן וויכּוחים, צי זיי פּסקענען ריכטיק, אָבער ס׳איז אַ פֿאַקט פֿונעם הײַנטצײַטיקן פֿרומען לעבן.
אַזוי צי אַזוי, אויב אַפֿילו עמעצער האָט טאַקע געטאָן אַן עכטע הונדערט־פּראָצענטיקע עבֿירה אָן קיין שום היתּרים און תּירוצים, טאָר מען נישט באַעוולען דעם בעל־עבֿירה ברבים. איידער מע טאַלדט דעם מענטש אויף אַ פּריוואַטן אופֿן, דאַרף מען זיך אויך גוט אַרײַנטראַכטן, צי דאָס טאַדלען וועט העלפֿן. מענטשן פֿאַלן אַרײַן אין פֿאַרשיידענע פּאַסטקעס פֿון יצר־הרע; ווער ווייסט, וואָס וואָלט דער גרעסטער קנאָיִשער פֿאַרדאַמער געטאָן אין אַן ענלעכער סיטואַציע. דאָס טאַדלען, נישט וויסנדיק די סיטואַציעס, קאָן פֿאַרביטערן און באַעוולען דעם מענשט אָן קיין פּאָזיטיוון עפֿעקט.
אין די דערמאָנטע צוויי בײַשפּילן באַקומט זיך אַ פּאַראַדאָקס. געוויסע מענטשן מיינען, אַז מיטן אָנרופֿן עמעצן אַ „שייגעץ‟ אָדער „שיקסע‟ זענען זיי מקיים די ווערטער פֿון אונדזער פּרשה (שוין אָפּגערעדט פֿון קסענאָפֿאָביע לגבי נישט־ייִדן, וואָס שטעקט אינעם העסלעכן באַנוץ פֿון אַזעלכע ווערטער). זיי זאָרגן זיך וועגן געוויסע ענינים — לויט זייער שיטה זייער וויכטיקע – וואָס דער עולם אין אַנדערע קהילות, פֿון זייער קוקווינקל, „צעטרעט מיט די פּיאַטעס‟. ווי אַ רעזולטאַט, באַגייט מען מיט אַזאַ גראָבן און קרומען סאָרט קנאָות קעגן עכטע עוולות.
פֿון דער צווייטער זײַט, טרעפֿן זיך, צום באַדויערן, פּונקט פֿאַרקערטע פֿאַלן, ווען דער עולם מאַכט זיך נישט־וויסנדיק, ווען עמעצער ברענגט אַן אמתן פֿיזישן אָדער פּסיכאָלאָגישן היזק צו אַנדערע מענטשן מיט זײַנע עבֿירות. למשל, אַנשטאָט אויפֿצוטרעטן קעגן די רכילות־טרײַבער, זאָגט מען דעם געליטענעם: „זאָרג זיך נישט, פֿאַרגעס די נאַרישע לשון־הרעס‟.
אינעם נאָמען פֿון אונדזער פּרשה שטעקט נאָך אַן אַנדער, גאָר אַ טיפֿער אינערלעכער באַדײַט, פֿאַרבונדן אין אַ געוויסער מאָס מיט רש״יס פּשט. די הײַנטיקע תּקופֿה הייסט עקבֿתא־דמשיחא — „משיחס פּיאַטע‟. מיר בלײַבן נאָך אַלץ אין גלות, אָבער שפּירן שוין די טריט פֿון דער קומענדיקער גאולה. די צדיקים פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר דורות דערקלערן, אַז מיטן פּאָליטישן מצבֿ אין ארץ־ישׂראל האָט עס גאָרנישט צו טאָן. פּונקט פֿאַרקערט: משיחס טריט פֿילן זיך שטאַרקער, ווען דער גלות ווערט באַזונדערס פֿינצטער.
אויפֿן ערשטן בליק, לעבן מיר הײַנט דווקא אין אַ לײַכטער גליקלעכער תּקופֿה. אַרום דער וועלט האָבן ייִדן גלײַכע בירגערלעכע רעכט. מע בויט ריזיקע קהילה־צענטערס. די כּשרות־השגחה איז געוואָרן אַ גרויסער קוואַל פֿון גלאָבאַלע עסקים. בײַ ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן קלינגען די אַלטע מעשׂיות וועגן אויסגעהונגערטע, גערודפֿטע און היימלאָזע ייִדישע קבצנים כּמעט ווי פֿאַנטאַסטישע דערציילונגען. אַמאָל פֿלעגט מען פּראַווען שׂימחות מיט אַ קליינעם עולם אין אַ הויף — הײַנט דינגט מען פֿאַר בר־מיצוות און חתונות גאַנצע פּאַלאַצן.
די חסידישע צדיקים וואָרענען אָבער, אַז דער מאַטעריאַליסטישער צוגאַנג צום לעבן איז דווקא דער טיפֿסטער גלות. די מיצוות גופֿא ווערן הײַנט כּסדר פֿאַרוואַנדלט אין אַ תּירוץ צו פֿאַרנעמען זיך מיט גשמיותדיקע עסקים אַנשטאָט רוחניותדיקע עבֿודות. כּדי צו קויפֿן אַ נײַעם שטרײַמל אָדער אַ פֿרוי־רינגל מיט אַ בריליאַנט מוז מען דאָך פֿאַרדינען אָדער באָרגן אַ גרויסע סומע געלט. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין דעם פֿאַל גייט אַפֿילו נישט די רייד וועגן „קליינע מיצוות‟, וואָס דער עולם „צעטרעט‟. דאָס טראָגן אַ שטרײַמל און טײַערע יום־טובֿדיקע באַצירונגען איז, צום מערסטן, אַן אָרטיקע קהילה־טראַדיציע. עס באַקומט זיך, אַז אונדזער פּרשה ווערט אָפּגעטײַטשט קרימלעך; עס שטייט דאָך געשריבן, אַז צו קלייניקייטן מוז מען זיך באַציִען ערנסט. אַזאַ צוגאַנג קאָן אָבער ברענגען צום פֿאַרקערטן עפֿעקט: ווען מע פֿאָקוסירט זיך אויף ספֿקדיקע קלייניקייטן, קאָן מען „צעטרעטן‟ עכטע גרויסע מיצוות.
אין משיחס תּקופֿה, וועלן די מיצוות באַנומען ווערן ווי ריין־רוחניותדיקע דבֿקות־מיטלען אָדער, ווי עס באַטאָנען אַ סך מקובלים און צדיקים, בכלל בטל ווערן צי באַקומען אין גאַנצן אַן אַנדער פּנים. די גײַסטיק סענסיטיווע מענטשן שפּירן שוין די טריט פֿון דער קומענדיקער גאולה און פֿאַרשטייען, אַז דער מאַטעריאַליסטישער צוגאַנג צום לעבן און דאָס טשעפּען זיך צו קלייניקייטן קומט אין סתּירה מיטן גאולה־גײַסט. אַ טייל מענטשן זענען דעריבער נישט צופֿרידן, ווען דער עולם פֿאַרזעט אַזעלכע רוחניותדיקע ענינים, ווי דאָס דאַוונען בכּוונה מיט התלהבֿות, מעדיטאַציעס, קבלה־לערנען, דירעקטע דערפֿאַרונג פֿון רוחניות, זוכענישן פֿון פּערזענלעכע מיסטישע וועגן. דעם גאַנג פֿון „משיחס פּיאַטעס‟ זוכן זיי אין ריין רוחניות. אַדרבה, דער מאַטעריאַליסטיש געשטימטער עולם איגנאָרירט אַזעלכע ענינים און באַטראַכט זיי ווי „קליינע‟ אָדער — פֿאַרקערט — מיט אַ חשד ווי „צו הויכע‟, נישט פֿאַר אונדזערער קעפּ און הערצער. עקבֿ תּשמעון‟ — באַטאָנען די רוחניותדיק געשטימטע מענטשן — דווקא צו אַזעלכע גײַסטיקע אַספּעקטן פֿון דער תּורה, איז צו מערסטן וויכטיק זיך צוצוהערן. מע זאָל נישט מיינען, אַז קבלה־ענינים און כּוונות זענען בלויז „קלייניקייטן‟ אָדער מאַרגינאַלע עבֿודות פֿאַר גרויסע צדיקים.
אין אַ געוויסער מאָס, איז דער חשד באַרעכטיקט. הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, גאָר אַן אינטערעסאַנטער חב״ד־דענקער, באַמערקט, אַז עס זענען פֿאַראַן „ערדישע‟ ייִדן, וואָס פֿאָקוסירן זיך אויף די הלכה־פּרטים, און עס זענען פֿאַראַן „פֿײַערדיקע‟ נשמות, וואָס האַלטן אין איין פֿליִען, איגנאָרירנדיק צומאָל דעם גשמיותדיקן אַספּעקט פֿון דער תּורה. אַוודאי, וואָלט מען געדאַרפֿט, אין פּרינציפּ, אַנטוויקלען אין זיך ביידע עלעמענטן.
פֿונדעסטוועגן, דאַרף מען פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן דעם „פֿײַערדיקן‟ מין מענטשן, אויב אַפֿילו זיי פֿירן אַ לאַוו־דווקא הלכהדיק לעבן. ביידע מינים נשמות שטרעבן אויסצופֿירן אַ געוויסן אַספּעקט פֿון דער תּורה, וואָס דער ברייטער עולם פֿאַרקוקט. צוליב דעם חילוק צווישן די היפּוכדיקע פּסיכאָלאָגישע טיפּן, גייט מען אין היפּוכדיקע ריכטונגען. הגם דאָס „פֿליִען‟ אין הימל אַנשטאָט צו היטן די פּשוטע הלכות איז זיכער נישט ריכטיק, איז דאָס איגנאָרירן דעם רוחניותדיקן תּוכן פֿון די מיצוות בעצם פּונקט אַזוי גראָב און שלעכט.
ווען עס וועט טאַקע קומען די גאולה, וועלן מיר זען, ווי אַזוי די היפּוכדיקע נשמה־שטרעבונגען קאָנען קאָמבינרט ווערן אויף אַ האַרמאָנישן אופֿן. דערווײַל מוז יעדער יחיד נעמען דעם דערמאָנטן פּירוש־רש״י פֿאַר זיך אין באַטראַכט, שטרעבנדיק צו אַנטוויקלען אויף וויפֿל מע קען אי דעם „פֿײַערדיק‟, אי דעם „ערדישן‟ עלעמענט. דעם צווייטן מענטש, אויב אַפֿילו ער „פֿליט אַרום‟ ווי אַ פֿרײַער פֿויגל, מוז מען אָבער דן לכּף־זכות זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.