פֿאַר וואָס דאַווענען אין דער מאָסקווער כאָרשיל אַזוי פֿיל גרים?

Why Does This Moscow Shul Attract So Many Converts?

שמעון און מרים מאַקורין מיט זייער ייִנגעלע, ישׂראל־מאיר
Courtesy: The Moscow Jewish religious community
שמעון און מרים מאַקורין מיט זייער ייִנגעלע, ישׂראל־מאיר

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 18, 2017, issue of August 25, 2017.

אין מאָסקווע, אין סאַמע צענטער שטאָט, געפֿינט זיך די כאָרשיל — אַ שיינע געל־ווײַסע געבײַדע אין נעאָ־קלאַסישן סטיל, די באַקאַנטסטע שיל אין דער רוסישער קרוינשטאָט.

דער בנין, וואָס געהערט הײַנט צו דער ליטוואַקישער קהילה און איר „קאָנפֿעדעראַציע פֿון ייִדישע רעליגיעזע קהילות פון רוסלאַנד”, איז געבויט געוואָרן אין 1891 פֿונעם אַרכיטעקט סימאָן אייבושיץ. דער אַרכיטעקט, אַ ייִד פֿון עסטרײַך־אונגערן, האָט זיך געשמדט און געוואָרן אַ פּראָטעסטאַנט.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט אייבעשיצס אוראוראייניקל זיך אָבער געוואָנדן צום הויפּט פֿונעם גיור־אָפּטייל, הרבֿ מאיר מאַנעוויטש, מיט אַ בקשה — זי וויל זיך מגייר זײַן. ר׳ מאיר מאַנעוויטש האָט וועגן דעם געשריבן אויף זײַן זײַטל אין פֿייסבוק, און וועגן דעם גײַסטיקן תּיקון וואָס קומט איצט פֿאָר אין רוסלאַנד: די קינדסקינדער בעסערן אויס די טעותים פֿון זייערע עלטער־זיידעס.

נעמי קוזנעצאָוואַ און מיכאל פּאָדזשאַראָוו אונטער דער חופּה
Courtesy: The Moscow Jewish religious community
נעמי קוזנעצאָוואַ און מיכאל פּאָדזשאַראָוו אונטער דער חופּה

דער פֿאַל אילוסטרירט טאַקע די וויזיע פֿון דער שיל: הײַנט קריגט יהדות ווידער דעם פּרעסטיזש וואָס עס האָט לאַנגע דורות דאָ נישט געהאַט.

די הײַנטיקע רבנים האַלטן, אַז כאָטש די צאַרישע תּקופֿה איז געווען שווער פֿאַר ייִׅדן האָבן זיי פֿאָרט געפֿירט אַ טראַדיציאָנעל לעבן, מ׳איז געווען פֿרום, איז במילא געווען אַ גוטער מצבֿ פֿאַר ייִדן. די סאָוועטישע תּקופֿה, האַלטן זיי, איז אָבער געווען דאָס ערגסטע וואָס ס׳קען זײַן. איינער פֿון די רבנים האָט געזאָגט, אַז סטאַלין איז געווען נאָך ערגער פֿון היטלערן: אויב היטלער האָט געשטרעבט פֿיזיש צו פֿאַרטיליקן די ייִדן — און דאָס איז אים טאַקע ניט געלונגען — האָט סטאַלין געוואָלט גײַסטיק זיי פֿאַרטיליקן. במילא זענען כּמעט אַלע סאָוועטישע ייִדן זענען טאַקע געוואָרן אַטעיִסטן.

אינטערעסאַנט איז, אַז אַלע ייִדן וואָס האָבן זיך געשמדט, ווערן אָנגענומען ווי פֿאַררעטער — אי יענע וואָס האָבן דאָס געטאָן אין די צאַרישע צײַטן צוליב אַ קאַריערע און אַ בעסערן לעבן, אי יענע וואָס האָבן זיך געשמדט אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, זוכנדיק אַ מער גײַסטיקן לעבן־שטייגער, אין אַ צײַט ווען מע האָט גרינג געקענט זיך דערוויסן וועגן דער קריסטלעכער פֿילאָסאָפֿיע אָבער אינפֿאָרמאַציע וועגן יהדות, דערצו אויף רוסיש, איז געווען זייער קנאַפּ.

די איצטיקע תּקופֿה אין דער רוסלענדישער געשיכטע ווערט באַטראַכט ווי אַ גאַנץ פֿרײַע. ניט געקוקט אויף אַלע פּאָליטישע רעפּרעסיעס און באַגרענעצונג פֿון פֿרײַהייטן, ווערט דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן ניט געשטערט. אָבער די שיל־פֿאַרטרעטער אידעאַליזירן אין גאַנצן נישט פּוטינס רוסלאַנד. בכלל, פּרוּוון זיי זיך דערפֿון צו דיסטאַנצירן. זיי טענהן, אַז אָנטייל צו נעמען אין פּאָליטיק וווּ ניט איז, אַחוץ מדינת־ישׂראל, איז ניט קיין ייִדישע דאגה — בעסער ניט צו גיין אויף קיין שום דעמאָנסטראַציעס. זיי זענען בפֿירוש ציוניסטיש־געשטימט, און רופֿן די אָרטיקע ייִדן עולה צו זײַן, טענהנדיק, אַז נאָר אין ישׂראל האָט אַ ייִד און אַ ייִדישע משפּחה די געהעריקע פּערספּעקטיוו.

ס׳איז אָבער אוממעגלעך צו זאָגן, אַז דער רוסלענדישער סדר־היום האָט ניט קיין השפּעה אויף דער שיל. פֿרילינג 2015, למשל, ווען די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע האָט ווידער אַ מאָל באַשטימט פֿאַר איר הויפּט־שׂונא די האָמאָסעקסואַלן, איז אין דער שיל שטאַרק געשטיגן אַ שטימונג פֿון האָמאָפֿאָביע, וואָס איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן ערשט נאָך דעם, ווען בעת אַ ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ [די סעריע פּאַראַדן וואָס באַזינגען די לעזבישע, האָמאָסעקסועלע, ביסעקסועלע און צווישנמיניקע קולטור] האָט אַ פֿרומער ייִד דערשטאָכן אַ מיידל צום טויט.

ר׳ מאַנעוויטש האָט וועגן דעם אָנגעשריבן אַ פּאָסט אויפֿן פֿייסבוק, טענהנדיק, אַז קיין ייִד איז ניט באַרעכטיקט צו באַשליסן, ווער עס זאָל לעבן און ווער ניט, אפֿילו ווען יענע מענטשן זענען עובֿר די מיצוות. אין קאָמענטאַרן צו זײַן פּאָסט האָבן אַ סך מיטגלידער פֿון דער קהילה, פֿאַרחידושט, געפֿרעגט: „אמת? צי זענט איר זיכער, אַז האָמאָסעקסואַלן האָבן אַ רעכט צו לעבן?!‟

די איצטיקע תּקופה פֿון דער רוסלענדישער געשיכטע איז באַטראַכט אין דער שיל ווי אַ פּראָבלעמאַטישע, צום טייל — ווײַל דאָס איז די צײַט פֿון איר גרעסטער מפּלה. די קאָנפֿעדעראַציע האָט באַקומען אַ נײַעם קאָנקורענט — חב״ד — און פֿאַרשפּילט אין גאַנצן. אויב אין די 1990־ער יאָרן זענען די צוויי אָרגאַניזאַציעס געווען מער־ווייניקער גלײַכווערטיק, איז דער רוסלענדישער חב״ד איצט בפֿירוש רײַכער, וויכטיקער און האָט אַ גרעסערע השפּעה. חב״ד איז אַ סך נאָענטער צו דער מלוכה: אויף אָפֿיציעלע צערעמאָניעס, אין וועלכע עס נעמען אָנטייל די פֿאַרטרעטער פֿון פֿאַרשיידענע רעליגיעס, ווערט יהדות פֿאָרגעשטעלט דווקא פֿון חב״ד. חנוכּה־צײַט צינדט מען חנוכּה־לעמפּ אין סאַמע צענטער מאָסקווע — און עס טוט עס דווקא די חב״ד־קהילה. מיט פֿינף יאָר צוריק האָט פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין געמאַכט אַ ברייטן פּאָליטישן זשעסט און איבערגעשיקט זײַן חודש־לוין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי — וואָס געהערט, ווידער, דעם רוסלענדישן חב״ד.

ווי גאַלינאַ זעלענינאַ האָט געוויזן אין איר לעצטן ווערק וועגן חב״ד, שטעקט דער סוד פֿון זײַנע הצלחות ניט בלויז אין זײַן פּאָליטיק, נאָר אויך אין זײַן דאָגמאַטיק. ערשטנס, רעדט דער חב״ד עלעהיי ער וואָלט רעפּרעזענטירט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, און צווייטנס, ווענדט ער זיך צו דעם ברייטן, וועלטלעכן עולם, וואָס די הײַנטיקע ייִדן זענען טאַקע אַ טייל דערפֿון. חב״ד האָט געגרינדעט דעם בעסטן ייִדישן ביכער־פֿאַרלאַג אין רוסלאַנד, „קניזשניקי”, וואָס גיט אַרויס, צווישן אַנדערע ווערק, רוסישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. חב״ד פֿאַרעפֿנטלעכט זייער אַ גוטע צײַטשריפֿט „לחיים” און איניציִיִׅרט ברייטע קולטורעלע טעטיקייטן. דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי, אַ גוואַלדיקער טעכנאָלאָגישער אויפֿטו, איז בלויז אַ טייל דערפֿון.

די ליטוואַקישע קהילה האָט אָבער פֿאַרשפּילט ניט בלויז ווײַל איר קאָנקורענט איז שטאַרקער און האָט מער הצלחה. איין סיבה דערפֿאַר איז וואָס די ליטוואַקעס זענען ניט גרייט אָנצונעמען אין זייערע רייען יענע ייִדן, וואָס זענען ניט „גענוג‟ פֿרום און געלערנט. די חב״דניקעס האָבן אַנטוויקלט אַקטיווע וועלטלעכע קולטורעלע טעטיקייטן בעת די ליטוואַקעס שטרעבן זיך צו קאָנצענטרירן בלויז אויף לערנען תּורה. אי אין דער גרויסער שיל פֿון חב״ד (אין מאַרייׅנאַ ראָשטשאַ), אי אין דער גרויסער כאָרשיל קומען פֿאָר קלאַסן, אָבער מיט אַ גרויסן אונטערשייד. די חב״דניקעס ציִען צו דעם ברייטן עולם מיט כּלערליי שפּראַכקורסן, ספּאָרט־לימודים, קאָמפּיוטער־קלאַסן און אַזוי ווײַטער, בעת אין דער גרויסער כאָרשיל ווערן דורכגעפֿירט נאָר רעליגיעזע לימודים.

צווייטנס, אַ פּאַראַדאָקס — אָבער די כאָר־שיל איז דאָ דווקא אַ חסרון. איר געבײַדע געפֿינט זיך אין סאַמע צענטער מאָסקווע, ניט אַזוי ווײַט פֿון קרעמל. זייער אַ קליינער טייל פֿונעם עולם קען זיך דערלויבן צו דינגען אָדער קויפֿן אַ דירה אין יענער געגנט — און דאָס הייסט, אַז עס איז ניטאָ קיין שאַנס צו שאַפֿן אַ „ייִדישע געגנט‟ דאָרט. די לאַגע פֿון דער גרויסער חב״ד־שיל איז אין דעם אַספּעקט אַ סך בעסער: מאַרייׅנאַ ראָשטשאַ איז ניט קיין פּרעסטיזשפֿולע געגנט, ס׳איז גענוג ווײַט פֿונעם צענטער, אַז דער פּרײַז פֿון די דירות איז אָן אַ שיעור ווייניקער.

צוליב דעם און אפֿשר אויך צוליב אַנדערע סיבות — האָט די ליטוואַקישע קאָנפֿעדעראַציע ניט מצליח געווען צו שאַפֿן קיין אינפֿראַסטרוקטור פֿון ייִדיש לעבן אין מאָסקווע. צו דער קהילה געהערט נאָר איין שול, וואָס איז בפֿירוש אַ חדר — מע לערנט דאָרט די וועלטלעכע לימודים אויף זייער אַ נידעריקן ניוואָ, און דערפֿאַר שיקן אַפֿילו די ליטוואַקישע רבנים זייערע קינדער אין די שולן פֿון חב״ד. אויב אין מאַרייׅנאַ ראָשטשאַ געפֿינען זיך דרײַ גרויסע קראָמען, וואָס פֿאַרקויפֿן כּשר עסן און ווײַן — איז אין דער גרויסער כאָרשיל דאָ בלויז אַ קליינטשיק געוועלבל אונטער די טרעפּ פֿון בנין.

איר איינציקע הצלחה איז איר קינדער־גאָרטן: ער אַרבעט און ציט צו ניט נאָר קינדער פֿון די מענטשן וואָס באַלאַנגען צו דער ייִדישער קהילה אָבער אויך אַנדערע.

וואָס איז טאַקע מאָדנע — אין דער שיל זענען ניטאָ קיין פּראָגראַמען פֿון גמילות־חסדים, אַחוץ שבת אין דער פֿרי נאָכן דאַווענען ווען מע סערווירט אַ מאָלצײַט פֿרײַ פֿון אָפּצאָל פֿאַר די עלטערע לײַט. דאָס גאַנצע געלט, וואָס ווערט אָנגעזאַמלט אין צדקה־פּושקעס, גייען אויפֿן אויפֿהאַלן דעם בנין און אויסצאָלן די לוין די מיטאַרבעטער.

דריטנס זענען אין אין כּלערליי געגנטן איבער מאָסקווע דאָ צענדליקער מנינים, מע זאָל שבת קענען גיין אַהין צו פֿוס, און אַלע, אַחוץ איינעם, געהערן דעם חב״ד. די ליטוואַקישע קאָנפֿעדעראַציע האָט געעפֿנט בלויז 3 מנינים, אַלע אין צענטער, ניט ווײַט פֿון דער שיל.

ר׳ יהושע ראָזענצווײַג, דער רבֿ פֿון דער קהילה אין טווער (200 ק״ם פֿון מאָסקווע), האָט מיר דערציילט, אַז ס׳איז אים געוואָרן כּמעט אוממעגלעך צו אַרבעטן מיט דער ליטוואַקישער קאָנפֿעדעראַיע, בפֿרט מיט איר פֿאָרזיצער, ר׳ שמעון לוין, און דעם הויפּט־רבֿ פֿון מאָסקווע, ר׳ פּנחס גאָלדשמידט: עס זענען געווען אַ סך פֿאָדערונגען, בתוכם פֿינאַנציעלע, — און כּמעט בכלל ניט קיין שטיצע. איז ער איבערגעגאַנגען צו דער חב״ד־פֿעדעראַציע.

אַזוי איז געשען בײַ אַ צאָל אַנדערע קהילות, ווי אויך בײַ סתּם ייִדן, וואָס פֿלעגן קומען אין דער גרויסער כאָרשיל. די אַטמאָספֿער אין דער ליטוואַקישער שיל איז ניט די בעסטע — און דער עולם ווערט ניט באַטראַכט פֿאַר חשובֿ. אַ סך ייִדן, וואָס האָבן באַזוכט די שיל צוזאַמען מיט מיר, האָבן מיר דערציילט, אַז זיי פֿילן זיך שטאַרק באַליידיקט פֿון אַזאַ באַציִׅונג — און געפֿינען אַ בעסערע אַטמאָספֿער בײַ די חב״ד־מנינים.

אַחוץ דעם, איז מיט אַ יאָר צוריק געוואָרן נאָך שווערער פֿאַר די ייִדן צו קומען אין שיל שבת: אין דער דירה וווּ עס האָבן פֿריִׅער געקענט איבערנעכטיקן מיידלעך, פֿרויען און יונגע משפּחות, איז געבליבן נאָר איין אַזאַ שבת־אינטערנאַט — פֿאַר מענער.

וואָס זשע שטיצט די גרויסע כאָרשיל? ערשטנס, איר שם — ווי מישטיינס געזאָגט, „טוב שם משמן טוב” — אַ גוטע רעפּוטאַציע איז בעסער, ווי דער בעסטער בוימל. די גרויסע מאָסקווער כאָרשיל איז צום בעסטן באַקאַנט דעם וועלטלעכן מאָסקווער ייִדנטום, און אויף גרויסע יום־טובֿים איז די שיל פֿולגעפּאַקט. דעמאָלט קומען אַהין צווישן 1.5 און 2 טויזנט וועלטעלעכע ייִדן, און נאָך נעילה גייען זיי אַוועק — כּדי ווידער צו קומען אין אַ האַלב יאָר אַרום, אויף פּסח.

דווקא צוליב דעם ווערט די שיל געשטיצט פֿון עטלעכע מנדבֿים — זיי ווילן גיבן געלט דער באַקאַנטסטער און דער שענסטער שיל, וואָס געפֿינט זיך אין צענטער שטאָט.

מאירה שטאַנדעל און יואבֿ דעוויאַטאָוו אויף זייער חתונה
Courtesy: The Moscow Jewish religious community
מאירה שטאַנדעל און יואבֿ דעוויאַטאָוו אויף זייער חתונה

און צווייטנס — די גרעסטע מעלה פֿון דער שיל איז איר בית־דין, וואָס זײַנע גיור־צערטיפֿיקאַטן ווערן אָנערקענט אין ישׂראל, און צוליב עפּעס אַ סיבה — גרינגער און מער אָנגענומען ווי יענע פֿונעם חב״ד־בית־דין. דאָס הייסט, אַז אויב עמעצער וויל זיך מגייר זײַן און נאָך דעם עולה זײַן קיין ישׂראל — איז דווקא די גרויסע מאָסקווער כאָרשיל דער ריכטיקער אַדרעס פֿאַר אים.

כּדי זיך מגייר צו זײַן, מוז מען אויסדריקן אַן אינטערעס צום בית־דין, דערנאָכדעם זיך לערנען — קומען אויף 2-3 לעקציעס אַ וואָך, פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין דער קהילה שבת און יום־טובֿ, ברענגען צוויי רעקאָמענדאַציעס פֿון מענטשן, וואָס איינער פֿון זיי מוז קאָנטראָלירן די קיך פֿונעם קאָנדידאַט (צי איז זי כּשר גענוג), און קומען צוויי מאָל אין בית־דין. די צווייטע זיצונג איז אַ פֿאַרהער: די רבנים פֿרעגן אויס דעם קאַנדידאַט מכּוח כּלערליי הלכות, תּפֿילות און ייִדישער געשיכטע. געוויינטלעך נעמט דער גאַנצער פּראָצעס צווישן אַנדערטהאַלב און צוויי יאָר.

די אָ שוועריקייטן שטויסן אָבער ניט אָפּ דעם עולם. אַלע יאָר קומען אַרום פֿופֿציק נײַע מענטשן, וואָס ווילן זיך מגייר זײַן. אויף די קלאַסן פֿונעם „גיור־אולפּן” באַטייליקן זיך כּסדר ביז 70 תּלמידים. אַלע יאָר זענען זיך מגייר אַרום 20 מענטשן. דאָס רובֿ פֿון זיי קענען גוט די הלכה און קענען זיך אויס אין דער ייִדישער געשיכטע און תּפֿילות, און קענען אַ פּאָר צענדליקער ווערטער אויף לשון־קודש. ווען מע גייט אַרײַן אין דער שיל אויף עפּעס אַ יום־טובֿ, זעט מען אַ מאָדנע בילד: פֿון איין זײַט — מענטשן וואָס פֿאַרשטייען קוים וואָס סע טוט זיך, וואָס פֿאַר אַ תּפֿילה מע זאָגט איצט און פֿאַר וואָס דער חזן שווײַגט פּלוצלינג — דאָס זענען די וועלטלעכע ייִדן, וואָס זענען געקומען אין דער שיל צוליב נאַציאָנאַלע סיבות. פֿון דער צווייטער זײַט — מענטשן וואָס קענען זיך גוט אויס אין סידור, ווייסן דעם סדר פֿון די תּפֿילות און געדענקען אַפֿילו אַ פּאָר תּפֿילות אויף אויסנווייניק — דאָס זענען די בני־אַבֿרהם — די איצטיקע און די קומעדיקע.

וויכטיק איז אויך דער פּערזענלעכער פֿאַקטאָר. די גרים־קאַנדידאַטן ווערן צוגעצויגן צו דעם רבֿ, וואָס פֿירט אָן מיט די גיורים, ר׳ מאיר מאַנעוויטש, און דעם צווייטן רבֿ, וואָס לערנט אין „גיור־אולפּן”, ר׳ אלכּסנדר ז״ק. בייזע זענען אי גרויסע קענער פֿון עבֿרי, אי געבילדעטע, לײַטישע און אינטערעסאַנטע מענטשן.

בײַ דער שיל איז דער „גיור־אולפּן” מסוכּן־וויכטיק. נאָך דעם ווי סײַ די רעגיאָנאַלע קהילות, סײַ סתּם ייִדן, פֿאַרלאָזן די ליטוואַקישע קאָנפֿעדעראַציע און גייען אַוועק אין אַנדערע שילן, אָפּגעשטויסענע פֿון דער אַטמאָספֿער און פֿונעם מאָסקווער הויפּט־רבֿ, פֿאַרנעמען זייער אָרט דווקא די גרים. די רבנים האָבן אויסגעטראַכט דערפֿאַר אַ מיטל: אַ גיור־צערטיפֿיקאַט גיט מען דעם גר ערשט אַ יאָר נאָך זײַן גיור. אין משך פֿון דעם יאָר מוז ער רעגלמעסיק גיין אין שיל. נאָך דעם ווי זיי באַקומען דעם צערטיפֿיקאַט גייען ס׳רובֿ פֿון זיי אויך אַוועק אין די חב״דער שילן.

אַ טייל קאַנדידאַטן, דאָס רובֿ יונגע, קומען זיך מגייר צו זײַן צוליב נאַציאָנאַלע סיבות: זייער טאַטע אָדער זיידע איז אַ ייִד אָבער די באָבע פֿון מאַמעס צד איז אַ גויע. אַ טייל ווילן „גיור לשם חיתּון”: זיי ווילן חתונה האָבן מיט אַ ייִד אָדער ייִדישקע. אָבער דאָס רובֿ האָבן בכלל ניט קיין נאַציאָנאַל שייכות צו דעם ייִדישן פֿאָלק און זענען געקומען צו דער ייִדישער אמונה צוליב גײַסטיקע באַדערפֿענישן. די גרופּע איז אַ פֿאַרשידנאַרטיקע: אי מיטאַרבעטער פֿון אַקאַדעמישע אינסטיטוטן, אי דאָקטוירים, אי מענטשן, וואָס האָבן כּמעט בכלל ניט קיין בילדונג. דווקא זיי בלײַבן די געטרײַסטע באַזוכער פֿון דער כאָרשיל. במילא באַשטייט דער עולם פֿון דער באַקאַנטסטער שיל אין רוסלאַנד בלויז טיילווײַז פֿון ייִדן, און ס׳רובֿ — פֿון גרים.