אַבֿרהם סוצקעווער, אונדזער ייִדישער שעקספּיר

Avrom Sutzkever, Our Jewish Shakespeare

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 25, 2017, issue of August 25, 2017.

אין זײַן ליד, „הײַנט איז יאָרצײַט‟ שרײַבט אַבֿרהם סוצקעווער, איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, אַזוי:

אל נקמות, הײַנט איז יאָרצײַט. יאָרצײַט. הײַנט. אַצינד —
װען גערופֿן האָט צו דיר אַן ערשט געבוירן קינד.

הײַנט איז יאָרצײַט נאָכן שמײכל איבער װאַלד און פּליין,
יעדער האָט הײַנט יאָרצײַט נאָך זײַן שוועל, נאָך זיך אַלײן.
הײַנט איז יאָרצייט נאָך מײַן צײַט, פֿאַרפֿרוירן אין פּאָנאַר,
הײַנט איז יאָרצייט נאָך מײַן מאַמעס געלן סאַמאָװאַר.

וועגן שעקספּירן האָט ער געשריבן:

ס׳איז די קללה פֿון דער צײַט
ווען די בלינדע לאָזן פֿירן זיך. פֿון משוגעים

פֿון רעכטס: מרים האָפֿמאַן, איר טאַטע — ק. שמולעוויץ און אַבֿרהם סוצקעווער
Courtesy of Mendl and Miriam Hoffman Archive/Yiddishkayt Initiative, Inc
פֿון רעכטס: מרים האָפֿמאַן, איר טאַטע — ק. שמולעוויץ און אַבֿרהם סוצקעווער

אַבֿרהם סוצקעווער — דער פּאַראַדאָקסאַלער ייִדישער לאַורעאַט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, וואָס פֿון איין זײַט זענען זײַנע לידער סוביעקטיוו ליריש, פֿון דער צווייטער — רעפֿלעקסיוו און צומאָל רעאַליסטיש.

געבוירן אין ווײַסרוסלאַנד, איז ער אַנטלאָפֿן מיט די עלטערן פֿון דער דײַטשער אינוואַזיע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה און אָפּגעשמאַכט זײַנע קינדער־יאָרן אין סיביר. אין 1920 איז ער צוריקגעקומען קיין ווילנע.

אין דער צײַט פֿונעם חורבן האָט זיך סוצקעווער געפֿונען אין ווילנער געטאָ צוזאַמען מיט טויזנטער ליטווישע ייִדן. ער האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אונטערגרונט־באַוועגונג אין געטאָ, און צום סוף אַנטלאָפֿן אין די דערבײַיִקע וועלדער וווּ ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט די פּאַרטיזאַנער.

אין 1944 האָט סטאַלין, צוזאַמען מיטן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע, געשיקט אַ רעטונג־עראָפּלאַן נישט ווײַט פֿונעם וואַלד וווּ סוצקעווער האָט זיך געפֿונען. דער ערשטער פּרוּוו איז דורכגעפֿאַלן, דער צווייטער איז געלונגען. אין מאָסקווע איז ער באַערט געוואָרן מיט אַ ספּעציעלער ליטעראַרישער פּרעמיע פֿאַר זײַן אויסערגעוויינטלעכן שעפֿערישן גײַסט.

זײַן טענה צו גאָט דריקט זיך אויס אין אַ סך פֿון זײַנע לידער. אַט דאָס ליד הייסט טאַקע „אַ תּפֿילה‟:

זעגלט אַ תּפֿילה אין אָדערן מײַנע זינט יאָרן,
זעגלט ביז וואַנען זי כוואַליעט אַרײַן אין אַ סטראָפֿע —
גאָטעניו! לאָמיר זיך בײַטן מיט אונדזער זכּרון,
איך
וועל געדענקען דעם אָנהייב,
דו
וועסט געדענקען דעם סוף!

און נאָך איין טענה, דאָס מאָל נישט צו גאָט, נאָר צום מענטש:

דו זאָגסט ניטאָ קיין בורא עולם,
ווייסט מסתּמא בעסער —
נאָר אויב אַזוי, קאָלעגע,
איז דער וווּנדער דאַכט זיך גרעסער…
אַליין דעם גורל טראָגן
איז בלויז פֿעיִק אַ מוראַשקע —
דערהייבן זיך צו איר מדרגה
דאַרף אונדז נאָך געדויערן.

אין 1947 האָט זיך סוצקעווער באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, באַנײַט זײַן ליטעראַרישע קאַריערע און געוואָרן דער שעף־רעדאַקטער פֿונעם פּרעסטיזשפֿולסטן ליטעראַריש ייִדישן זשורנאַל „די גאָלדענע קייט‟ ביזן יאָר 1995, ווען עס האָט זיך געשלאָסן.

די „גאָלדענע קייט‟ קען מען הײַנט פֿאַרגלײַכן צום ענגלישן זשורנאַל, The New Yorker. איך האָב זיך פֿאַררעכנט פֿאַר די גליקלעכע אין ניו־יאָרק ווען ער האָט אָפּגעדרוקט מײַנעם אַ לענגערן עסיי געווידמעט מײַן מאַמעס לאָדזשער ייִדיש־לשון אין באַנד 137.

ווען מיר האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל איז סוצקעווער געווען אונדזערס אַן אײַנגייער, אַ נאָענטער פֿרײַנד. ער איז אַפֿילו געקומען צו אונדז אויף שׂמחות, אַרײַנגערעכנט די בר־מצווה פֿון אונדזער זון אַבֿרהמל (הײַנט — אַבֿי). איך האָב געוווּסט גענוי אַז יעדעס יאָר איז זײַן נאָמען פֿאָרגעלייגט געוואָרן פֿאַר אַ נאָבעל־פּרעמיע, אָבער אַנשטאָט דעם האָט איין יאָר באַקומען די פּרעמיע ש. י. עגנון צוזאַמען מיט נעלי זאַקס וועלכע האָט געשריבן אויף דײַטש. די סיבה… סוצקעווער האָט געשריבן אויף ייִדיש, די נישט־אַנערקענטע שפּראַך אינעם ייִדישן לאַנד.

דער נײַער ייִד וואָס הייסט הײַנט ישׂראלי, צוזאַמען מיטן אַמעריקאַנער ייִדנטום, זײַנען מסתּמא אַדורך אַ „לאָבאַטאָמי‟, און אפֿשר גאָר אַ „גליאָבלאַסטאָמאַ‟, אויפֿן מוח וווּ מע האָט אַרויסגעשניטן דעם זכּרון פֿון צוויי טויזנט יאָר צוזאַמען מיט אונדזערע גרעסטע קולטור־היסטאָרישע און שעפֿערישע אויפֿטוען אַרײַנגערעכנט אונדזער ייִדיש לשון.

וועל איך טאַקע ענדיקן מיט סוצקעווערס אייגענעם ויצעקו:

ייִדיש

זאָל איך אָנהייבן פֿון אָנהייב
זאָל איך ווי אַבֿרהם
אויס ברודערשאַפֿט צעהאַקן אַלע געצן?
זאָל איך זיך אַ לעבעדיקן לאָזן איבערזעצן?
זאָל איך אײַנפֿלאַנצן מײַן צונג
און וואַרטן ביז פֿאַרוואַנדלען
וועט זי זיך אין אָבֿותדיקע
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען?
וואָס פֿאַר אַ קאַטאָוועסדיקע
וויצן
דרשנט מײַן פּאָעזיע־ברודער מיט די באַקנבאַרדן,
אַז מײַן מאַמע־לשון גייט באַלד אונטער?
מיר וועלן נאָך אין הונדערט יאָר אַרום דאָ קענטיק זיצן
און פֿירן די דיסקוסיע בײַ דעם ירדן.
ווײַל אַ שאלה נאָגט און נאָגלט:
אויב ער ווייס גענוי וווּ
די תּפֿילה פֿון בערדיטשעווער,
יהואשס ליד
און קולבאַקס
וואָגלט
צו דעם אונטערגאַנג —
טאָ זאָל ער מיר, אַ שטייגער,
אָנווײַזן וווּהין די שפּראַך גייט אונטער?
אפֿשר בײַ דעם כּותל־מערבֿי?
אויב אַזוי, וועל איך דאָרט קומען, קומען,
עפֿענען דאָס מויל
און ווי אַ לײב
אָנגעטאָן אין פֿײַערדיקן צונטער,
אײַנשלינגען דעם לשון וואָס גייט אונטער
אײַנשלינגען, און אַלע דורות וועקן
מיט מײַן ברומען.