(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„גרויסע עתונאי (זשורנאַליסט)!” אַזוי האָט ניט מער און ניט ווייניקער ווי אונדזער בנימין נתּניהו זיך שפּאָטיש אויסגעדריקט כּלפּי דעם זשורנאַליסט רבֿיבֿ דרוקער וואָס האָט אים אַטאַקירט בעת אַ פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם געפֿירט דורך ליאור שלײַן. אויב איך בין זיך ניט טועה, האָט דער איצטיקער פּרעמיער מיניסטער נאָך קיין מאָל זיך ניט באַנוצט מיטן ייִדישן „זשאַרגאָן” ביז אין אָט דער „פֿײַערלעכער” געלעגנהייט, ווען ער האָט דעם זשורנאַליסט געפּסלט בײַם באַנוצן זיך (מיט אַ גראַמאַטישן פֿעלער, ווי קען דען אַנדערש זײַן?), זאָגנדיק אַ „גרויסע” און ניט אַ גרויסער זשורנאַליסט. מילא, איז עס פֿאַר אונדז אַ נחמה, וואָס ייִדיש דרינגט שוין אַרײַן אין די הויכע פֿענצטער…
אַנטקעגן אַ קריטיק אויפֿן חיפֿהער טכניון וואָס שטעלט ניט צו גענוג אַביוטורענטן אויפֿן קאָמפּיוטערײַ־געביט, האָט דער באַקאַנטער „הארץ”־זשורנאַליסט נחמיה שטרעסלער ציטירט דעם דעקאַן, פּראָפֿ׳ עירד יבֿנה: „ישׂראל צריכה לעמוד בשפּיץ”. ס׳הייסט: „ישׂראל דאַרף שטיין אויפֿן העכסטן ניוואָ”. העברעיִש האָט זיכער אַנדערע סינאָנימען, וועלכע קאָנען פֿאַרטרעטן דעם ייִדישן „שפּיץ”, אָבער מ׳באַנוצט זיך דאָ מיט ייִדיש ווײַל ס’וואָרט איז קורץ, שאַרף, בילדעריש… און אַ ביסל היימישער.
„אַ בראָך און אַ פּלאָנטער” האָט איבערחזרט עטלעכע מאָל די ספּיקערין אין ראַדיאָ וואָס האָט באַשריבן דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליטקט. פֿרעג איך, וואָס קאָן זײַן מער תּמציתדיק ווי „אַ בראָך און אַ פּלאָנטער” צו באַשרײַבן די פּאָליטישע לאַגע? אויף ייִדיש קלינגט עס ווי אונטער פֿיר אויגן, און עס לינדערט דעם קריטישן טאָן. אויב מ׳וואָלט דאָס זעלבע געזאָגט מיט אַ ריין העברעיִשן עקוויוואַלענט וואָלט עס געקלונגען שאַרפֿער און מער פּעיאָראַטיוו. פֿאַר וואָס אָנשטעקן דעם עולם מיט פּאַניק? איז ניט בעסער זיך באַנוצן מיט ייִדיש און אַזוי אַרום לינדערן די סיטואַציע און אפֿשר אַרויסרופֿן בײַם צוהערער אַ שמייכל?
„האָט ער געזאָגט! …אַז הוא אמר!” אָט די רעאַקציע אויף ייִדיש הערט מען גאַנץ אָפֿט אין פּאָליטיק, זיכער, אָבער אויך אין אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע ראַמען. ווען מען זאָגט עס אויף העברעיִש מוז עס אומבאַדינגט זײַן מיט דער ייִדישער אינטאָנאַציע. אַנדערש פֿאַרלירט דער זאַץ זײַן טעם. פּונקט ווי ייִדן האָבן אַ טבֿע צו רעדן אַ סך, און די ישׂראלים אויך אַזוי, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז ווען עמעצער וויל פּסלען עמעצן קומט אויס פּראַקטיש דער ביטול־אויסדרוק „האָט ער געזאָגט!…”. טשיקאַווע איז צו וויסן אויב דאָס איז אַרײַן אויך אין אַנדערע שפּראַכן אַחוץ ייִדיש און העבעריִש. ניט נאָר דער טעקסט מיין איך, נאָר אויך די מעלאָדיע. אַגבֿ, „האָב איך געזאָגט!…” טויג ניט. ס’קען נאָר זײַן „האָט ער געזאָגט!…”
בקיצור, העברעיִש נייטיקט זיך הײַנט, אַ פּנים, מער אין ייִדיש־שפּראַכלעכע אויסדרוקן ווי אין דער פֿאַרגאַנגענהייט. ס׳איז ניט קיין רעזולטאַט פֿון אַ שפּראַך־פּלאַנירונג אלא פֿאַרקערט. ערשטנס, איז עס אַ סימן אַז מע דערווײַטערט זיך פֿונעם העברעיִשן שפּראַך־פּוריזם. צווייטנס, איז פֿאַראַן אַ נויטווענדיקייט צו מילדערן געוויסע שאַרפֿקייטן וואָס זענען פֿאַראַן אין העברעיִש. און דריטנס, וויל מען, באַוווּסטזיניק אָדער אומבאַוווּסטזיניק, זיך באַפֿרײַען פֿון דעם לאַנגיעריקן טאַבו קעגן דער ייִדישער שפּראַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.