(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין דער אמתן האָב איך זיך אַ ביסל געזאָרגט צי עס וועט זײַן אַן עולם פֿאַר אַ ייִדיש־שפּראַכיקן פּאַנעל. מסתּמא זענען די אַדמינסיטראַטאָרן אַליין געווען פּעסימיסטיש געשטימט ווײַל זיי האָבן אונדז געגעבן אַ קליינעם קלאַסצימער. ס׳איז אָבער געקומען אַ שיינער עולם, און אַ טייל צוהערער האָבן אַפֿילו נישט געהאַט קיין אָרט צו זיצן, האָט מען געדאַרפֿט שטײן אין קאָרידאָר. האָפֿנטלעך האָט עמעצער געלאָזט וויסן די אַדמיניסטראַציע אַז דאָס אָרט איז געווען צו קליין, וועט מען אויף להבא וויסן צו געבן אַ ייִדיש־פּאַנעל אַ גרעסערן זאַל.
דאָס אינטערעסאַנטסטע איז פֿאַר מיר געווען וויפֿל פֿון די צוהערער בײַ דער סעסיע זענען געווען ישׂראלים. כאַפּנדיק אַ שמועס מיט אַ טייל פֿון זיי האָב איך זיך דערװוּסט אַז ס׳רובֿ קענען גוט ייִדיש, לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ און האָבן מיר געלאָזט וויסן וועלכע מינים אַרטיקלען און וועלכע שרײַבער געפֿעלן זיי. עטלעכע האָבן געזאָגט אַז זיי זענען גרייט אַליין אַרײַנצושיקן אַרטיקלען.
ס׳איז אויך געווען שיין ווען מיר זענען געשטאַנען, אַ זעקס-זיבן פֿון אונדז, אין קאָרידאָר, שמועסנדיק אויף מאַמע־לשון. אַ טייל פֿאַרבײַגייער האָבן עס באַמערקט, געגעבן אַ שמייכל און זיך ווײַטער געיאָגט צו דער קומעדיקער סעסיע.
אַן אַנדער הויכפּונקט איז געווען אַ קערמעשל בײַ ד״ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי אין דער היים, וואָס מרים האָט אָרגאַניזירט לטובֿת די ייִדיש־רעדנדיקע באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ. נאַשנדיק פֿונעם געשמאַקן זיסוואַרג, וואָס די ניבאָרסקי־קינדער האָבן געהאָלפֿן צוגרייטן, איז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו פֿאַרברענגען דעם אָוונט מיט אַנדערע ייִדיש־רעדער, הערנדיק וועגן זייער פֿאָרשאַרבעט און נײַעס וועגן בשותּפֿותדיקע באַקאַנטע.
דערזעענדיק מרימס און אליעזרס זון ראובֿן האָב איך אים געפֿרעגט ווי ער פֿילט זיך איצט אַז ער איז געוואָרן אַ פֿילם־שטערן אין אַמעריקע אָבער ער האָט, ווי אַ געוויינטלעך 12־יאָריק ייִנגל, פּשוט געהויבן די אַקסלען מיט אַ באַשיידענעם שמייכל. (דערווײַל זעט מען שוין זײַן פּנים אין די גרעסטע ניו־יאָרקער צײַטונגען, אַרײַנגערעכנט די „ניו־יאָרק־טײַמס‟, וווּ אַן אַרטיקל לעצטנס האָט אים באַצייכנט ווי „אַ קינד פֿון ישׂראלדיקע ייִדישיסטן‟ און געלויבט זײַנע אַרטיסטישע פֿעיִקייטן.)
אַנדערע שיינע ייִדישע מאָמענטן אויף דער קאָנפֿערענץ: כ׳האָב פֿאַרבראַכט אַ ביסל צײַט מיטן ייִדיש־רעדנדיקן פּאָרפֿאָלק צבֿי סדן און זײַן פֿרוי, עלענאַ לוטשינאַ, וואָס ביידע זענען זיי סאָציאָלינגוויסטן. כ׳האָב זיך אויך באַקענט מיטן ייִדישן שרײַבער, בערל קאָטלערמאַן, וואָס האָט בײַם געזעגענען זיך מיר געשאָנקען אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן נײַ ביכל דערציילונגען. אַזאַ סאָרט מתּנה איז נישט בלויז אַן אומגעריכטע הנאה, נאָר אויך אַ סימן־מובֿהק פֿון אַן עכטער ייִדישער אונטערנעמונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.