סאַטירע וועגן אַמאָליקע אַסימילירטע בערלינער ייִדן

Satire About Assimilated Berlin Jews Before WW I


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 03, 2017, issue of August 25, 2017.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דערבײַ האָט גראָנעמאַן ניט קײן סך רחמנות אױף מיזרח־אײראָפּעיִשע שװינדלער און חבֿרה־לײַט, װאָס טרײַבן מיאוסע געשעפֿטלעך אין בערלין. אָבער דאָ איז זײַן איראָניע אַ ביסל מילדער. די נעבעכדיקע געשעפֿט–מאַכער זײַנען קרבנות פֿונעם ברוטאַלן רוסישן רעזשים און דעם טיף אײַנגעװאָרצלטן דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם. די פּאָזיטיװע פּערסאָנאַזשן געהערן צו דעם ייִנגערן דור. װי עס זאָגט חנה, אַ יונגע ייִדישע פֿרױ פֿון רוסלאַנד, “ס’איז פּשוט אַ שרעקלעך אומפֿאַרשטײעניש. ייִדן קענען ניט אײנער דעם צװײטן, און זײ קענען זיך אַלײן אױך ניט. […] אָנער אַ נײַער דור װאַקסט אונטער.” אַ סבֿרה, דער נײַער דור וועט זײַן בכּוח אױסצוסדרן אָט דעם תּוהו ובֿוהו, װאָס הערשט אין דער ייִדישער װעלט פֿון זײערע עלטערן.

“תּוהו ובֿוהו” איז ניט קײן טיפֿער פּסיכאָלאָגישער אָדער פֿילאָסאָפֿישער ראָמאַן. דאָס איז אַ שאַרפֿזיניק מאָמענטבילד פֿון אַ תּקופֿה, װאָס האָט זיך געענדיקט אין די בלוטיקע שלאַכטן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. אָבער חוץ דעם איז דאָס אַן אידעאָלאָגישער ראָמאַן, װאָסער ציל איז דו דערװײַזן, אַז דװקא ציוניזם איז אַ סגולה קעגן אַלע ייִדישע מכּות. די דאָזיקע אידעע װערט בולט אינעם צװײטן טײל פֿונעם ראָמאַן, װאָס איז מער פּראָגראַמאַטיש אָבער װײניקער קינסטלעריש פֿונעם ערשטן טײל.

דער הײַנטיקער לײענער דערקענט דאָ אַ סך סימנים פֿונעם אױפֿקום פֿונעם נאַציסיטשן רעזשים, כאָטש אין 1920 האָט גראָנעמאַן אַוודאי נאָך ניט געהאַט קײן אַנונג װעגן דעם, װאָס װעט פֿאָרקומען אין דרײַצן יאָר אַרום. ער איז געװען אַ ציוניסט, אָבער פֿאַרבליבן טיף אַרײַנגעטאָן אין דער דײַטשישער קולטור און פּאָליטיק. גראָנעמאַן איז פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד ביז 1936, װען ער האָט עמיגרירט קײן ארץ–ישׂראל, און געלעבט גאַנץ אײנזאַם אין תּל־אָבֿיבֿ.

מיט װאָס זשע קאָן “תּוהו ובֿוהו” אײַסנעמען בײַם הײַנטיקן אַמעריקאַנער לײענער? אַװדאי, מיטן איראָנישן סטיל, שאַרפֿע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע טיפּן, און מיט אַקוראַטע סאָציאַלע אָבסערװאַציעס. די צענטראַלע פּראָבלעמען פֿונעם ראָמאַן, דער ענין פֿון מיגראַציע, אַסימילאַציע, און קסענאָפֿאָביע בלײַבן פּונקט אַזױ אַקטועל הײַנט װי דעמאָלט. גראָנעמאַנס רעצעפּט פֿאַר לײזן די דאָזיקע פּראָבלעמען דורכן פּראָגרעסיוון נאַציאָנאַלן אױפֿקום קענען אױסזען אַרכאַיִש, אָבער זײַנע דיאַגנאָזן פֿון סאָציאַלע פּראָבלעמען בלײַבן אַקוראַט.