קיין „בלאָקבאָסטער‟ איז עס זיכער ניט אָבער פֿינף וואָכן נאָך דעם וואָס דער נײַער ייִדיש־שפּראַכיקער פֿילם מנשה האָט דעבוטירט אין בלויז דרײַ ניו־יאָרקער קינאָס, האָט זײַן רעזשיסאָר דזשאָשואַ ווײַנשטיין געמאָלדן אויף „פֿייסבוק‟, אַז דער פֿילם ווערט שוין געוויזן אין 124 קינאָ־טעאַטערס.
ס׳רובֿ קליינע פֿילמען ווי „מנשה‟, וואָס ווערן געשאַפֿן אָן דער שטיצע פֿון ריזיקע פֿילם־קאָמפּאַניעס אָדער באַרימטע פּראָדוצענטן, ווערן געוויזן בלויז אויף קינאָ־פֿעסטיוואַלן און אפֿשר אַ וואָך־צוויי אין עטלעכע קינאָ־טעאַטערס. צווישן זיי — אַ סך פֿילמען, וואָס זענען שטאַרק געלויבט געוואָרן דורך די פֿילם־קריטיקער. בלויז אַ געציילטע פּאָר, אַזוי ווי „מנשה‟, ציִען צו אַן עולם גלײַך פֿון אָנהייב וואָס איז אַ סך גרעסער ווי מע האָט לכתּחילה דערוואַרט, און האָבן דעם זכות פֿאַרשפּרייט צו ווערן אין נאָך קינאָ־טעאַטערס. און צווישן זיי, ווערן בלויז אַ קליינע פּראָפּאָרץ ווײַטער פֿאַרשפּרייט עטלעכע וואָכן נאָך דער פּרעמיערע.
אַזוי ווי Moonshine [לבֿנה־שײַן], דער פֿילם וואָס האָט פֿאַראַיאָרן באַקומען דעם „אָסקאַר‟ פֿאַרן בעסטן פֿילם פֿון יאָר, ווערט „מנשה‟ אויך פֿאַרשפּרייט דורך דער פֿירמע A24. און אַזוי ווי יענער פֿילם, באַטראַכט מען „מנשה‟ ווי אַ „שטילער שלאַגער‟; דאָס הייסט, אַ פֿילם וואָס ווערט מער פּאָפּולער פֿון וואָך צו וואָך אין פֿאַרגלײַך מיט די „בלאָקבאָוסטער‟ האָליוווּדער־פֿילמען, וואָס ס׳רובֿ מענטשן זען במשך פֿון די ערשטע צוויי וואָכן נאָך דעם וואָס ער דעבוטירט.
„מנשה‟ וועט זיכער ניט ווערן אַזאַ שלאַגער ווי „לבֿנה־שײַן‟ אָבער עס טוט אַ סך בעסער פֿינאַנציעל ווי ס׳רובֿ אָבסערוואַטאָרן האָבן פֿאָרויסגעזען. דער פֿילם האָט שוין פֿאַרדינט מער ווי אַ מיליאָן דאָלאַר. ער ווערט הײַנט געוויזן ניט בלויז אין די גרויסע שטעט וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן, נאָר אויך אין אַ סך קלענערע שטעט און שטעטלעך. דער פֿאַקט וואָס דער פֿילם האָט געקראָגן גלענצענדיקע רעצענזיעס אין דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ און אַ ריי אַנדערע חשובֿע נאַציאָנאַלע פּובליקאַציעס האָט זיכער געהאָלפֿן איבערצוצײַגן מענטשן צו זען אַ פֿילם אין אַ פֿרעמדער שפּראַך וואָס זיי קענען ניט — וועגן אַ קולטור, וואָס איז זיי אויך אין גאַנצן פֿרעמד.
מע וועט דאַרפֿן וואַרטן כּדי צו זען וויפֿל מענטשן וועלן קומען זען דעם פֿילם במשך פֿון דער דרײַטאָגיקער „אַרבעטער־טאָג‟־סוף־וואָך, כּדי זיך צו דערוויסן צי מע וועט ווײַטער פֿאַרגרעסערן די צאָל קינאָס, וווּ עס שפּילט, צי ניט. ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט מנשה געפֿינען אַ נײַעם עולם אין אויסלאַנד. דער אומדערוואַרטער ייִדיש־שפּראַכיקער שלאַגער שפּילט שוין אין קאַנאַדע און דרום־קאָרעע און וועט באַלד דעבוטירן בײַם חשובֿן „דאָוויל‟־קינאָ־פֿעסטיוואַל אין פֿראַנקרײַך, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ מין אייראָפּעיִשער „סאָנדאַנס‟. דאָרט וועט ער קאָנקורירן מיט 14 אַנדערע אַמעריקאַנער פֿילמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.